top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נעילת ימי השמחה בחצה"ק סאטמאר געפראוועט ביים גרויסן מעמד לכבוד כ"א כסלו צוזאמען מיט תלמידי המתיבתא

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפראוועט א מעמד הודאה לרגל האי יומא רבה כ"א כסליו אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה אין קרית יואל פון אלע סניפים, די מעמד היי יאר איז פארגעקומען אין די גינת קליין זאלן אינאיינעם מיט א שבע ברכות ונעילת ימי השמחה לכבודו פונעם ראש ישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א - ממציוני תלמידי המתיבתא,  וואו א רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט לכבודו של יום, און עטליכע מתלמידי הישיבה האבן מהנה געוועהן בכלי שיר וזמר.


ביים ערשיינען צום מעמד האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל. עס האט אויפגעטראטן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - ר"מ בישיבה, וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבי'ן שליט"א מיט די תלמידי הישיבה און דערביי איבערגעגעבן א מנחת ביכורים, א רשימה פון די שעות רציפות וואס די בחורים האבן געלערנט במשך די צוויי וואכן פון די מסע הקודש קיין ארה"ק כבקשתו פונעם רבי'ן שליט"א ביים מעמד צאתכם לשלום איידערן אפרייזן קיין ארץ ישראל, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים המציונים א פלעשל אויל פון די אויל פון וואס דער רבי האט אפגעשיידט תרומות ומעשרות אין ארה"ק.


מען האט דאן געהערט דברי בדחנות דורך הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו לכבוד שמחת חתן וכלה, פארן זמן האט מען געבענטשט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל דער חתן שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וומ"ס שליט"א, און ברכה אחריתא: די זיידע הגה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.


נאכן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז א ריכטיגע הודאה איז נאר ווען עס איז אויך דא א קבלה טובה על העתיד, און דאס דארף יעדע בחור וויסן כ"א כסלו ווען מען גיבט א שבח והודאה אויפן עבר דארף מען מאכן קבלת טובות אויפן עתיד, מיט מער לימוד התורה, מער יגיעת התורה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע זענען בעת די פארגאנגענע נסיעה אין ארה"ק אנגעגאנגען מיט די לימודי הישיבה כסדרן, און מען קען זאגן אז דאס אז די נסיעה איז געווען מיט אזא הצלחה איז אין דעם זכות פון דעם אז די בחורים זענען געזיצן און עוסק געווען בתורה מיט התמדה און מוסיף געווען מיט לימוד שעות רציפות.


דערנאך האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די נושא פון ברסלב ובפרט איבער לערנען ליקוטי מהר"ן און איבער פארן ראש השנה קיין אומאן, דערביי האט דער רבי מכבד געווען די רמ''י הישיבה הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א און הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א צו איבערגעבן וואס זיי געדענקן וואס דער סאטמארער רבי ז"ל האט געזאגט איבער די נושא.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page