top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צור ישועתי: האד' מקאזניץ ערשטמאליג פוקד ציון הק' פון הרה"ק ר' אלעזר קאזניצער בעצם יומא דהילולא, ב' דחנוכה

  • Bechatzros admin
  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין אן ערשטמאליגע שריט איז כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א ארויסגעפארן בעיצומו של ימי האורה יו"ט חנוכה אויף א בליץ-נסיעה קיין פוילן, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר מקאזניץ זי"ע בעצם יומא דהילולא וואס געפאלט כ"ו כסליו, ב' דחנוכה.


כאטש וואס דער קאזניצער רבי שליט"א האט זיך ביז היינט מונע געווען פון פוקד זיין קברים בימי החנוכה, האט ער אצינד משנה געווען ממנהגו, נאכדעם וואס אין די לעצטערע תקופה איז אנטפלעקט געווארן א בינטל כתבים פון איבער הונדערט יאר צוריק וואו ס'ווערט געברענגט עדות'שאפטן פון כלי ראשון אז מנהגם בקודש פון אדמור"י בית קאזניץ לדורותם איז געווען צו נעמען קוויטלעך פונעם ציבור אויפ'ן ציון הק' פון רבי אלעזר קאזניצער אין טאג פונעם יארצייט, טראצדעם וואס ס'געפאלט אויס אינמיטן חנוכה.


זייענדיג אין שטאט קאזניץ האט דער רבי אויך באזוכט די אנגייענדיגע ארבעט ביים אויפשטעלן דעם גרויסארטיגן בנין "הכנסת אורחים" וואס ווערט אצינד געבויט סמוך ונראה צום בית עולם אין קאזניץ, לרווחת הציבור הפוקדים.


ווי אויך האט דער רבי באזוכט ביים פלאץ וואו ס'ווערט געבויט די נייע הערליכע מקוה מהודרת אין קאזניץ, א פראיעקט וואס איז אונטערגענומען געווארן אויף די פערזענליכע הוראה און עידוד פונעם רבי'ן שליט"א, און אצינד האט דער רבי באזוכט אויפ'ן פלאץ און זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים והידורים, און דערביי גענומען די בוי-געצייג אין האנט און בטירחא דמצוה פערזענליך עוסק געווען אינעם עבודת הקודש פון אהערשטעלן די מקוה.


לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן מטעם דעם וועד בנין המקוה, וועט די נייע מקוה שוין זיין גרייט ביז געציילטע חדשים, און וועט שוין זיין גרייט צום פולן באנוץ לקראת דעם קומענדיגן כ"א אדר יומא דהילולא פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע ווען טויזנטער אידן באלאגערן פוילן און וועלן געניסן פון די נייע מקוה אין קאזניץ.


ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page