top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות’דיגע מאמענטן אין וויזניץ: באפרייטער משכון יוסף חיים אוחאנא באטייליגט ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר

התרגשות'דיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה אין די וויזניצער הויף אין בני ברק, וואו עס האט זיך אנגעזעהן צווישן די געסט הב' יוסף חיים אוחאנא ני"ו פון די לעצט פארבליבענע משכונות וואס איז געלאזט געווארן אויף די פריי נאכן זיין פארכאפט גאנצע צוויי יאר ביי די אראבישע רוצחים אין עזה, ער איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון זיין פאטער וועלכע האט געהאט אנגעקניפט גאר א פערזענליכע קשר מיטן רבי'ן וועלכער האט אים שטענדיג מחזק געווען און מרעיף געווען דערקוויקנדע טללי חיזוק אין זייער שווערן מצב.


קארגע צוויי חדשים איז פארלאפן זינט אוחאנא האט זיך אומגעקערט אל חיק אביו, זיין באפרייאונג אום יום טוב סוכות איז געפייערט געווארן מיט א באזונדערע שמחה בחצר הקודש וויזניץ, נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט במשך די לאנגע תקופה באגלייט די צובראכענע עלטערן אויף טריט און שריט ביזן ענדגילטיגן באפרייאונג.


אצינד איז דער טאטע ר' אברהם אינאיינעם מיט זיין זון געקומען פערזענליך זיך באדאנקען אויף די אומבאשרייבליכע חיזוק וואס זיי האבן גענאסן במשך די גאנצע תקופה.


נאכן ענדיגן די זמירות און פיוטים כנהוג האט די רבי שליט"א פארגעשטעלט די חשובע געסט פארן עולם, זאגנדיג "עס זיצט דא א בחור וואס איז ליידער געווען פארכאפט בידי זרים און איז בחסדי שמים מרובים באפרייט געווארן, מיר דארפן אבער געדענקן אז מיר אלע זענען אין דעם זעלבן בחינה זייענדיג פארכאפט אין דעם ביטערן גלות, און טאקע היינטיגן טאג חנוכה וואס איז מכוון כנגד דוד המלך ע"ה בעט מען א תפילה אז בן דוד עבדך יבוא ויגאלנו, און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון גלות".


נאך דעם רבינס ווערטער האט מען געזינגען פארשידענע ניגונים מיט געגוגעים און כיספוסין פון גלות וגאולה. שפעטער נאכן תורה וואס די רבי האט משמיע געווען ווי יעדע נאכט, איז דער רבי געטאנצן א מרוגש'דיגע ריקוד מיט יוסף חיים און זיין פאטער מיטן ניגון חסדי השם, און מוציא אסירים ופודה ענווים, און געוואונטשן ברכות לרוב זיי זאלן מער נישט וויסן פון קיין שלעכטס ואך טוב וחסד ירדפום כל ימי חייהם.


נאכן טאנצן האט זיך דער פאטער ר' אברהם, מיט טרערן און די אויגן, אנגערופן צום רבי'ן לעיני כל הקהל, און דערמאנט וואס די רבי האט אים געהאט צוגעזאגט אין די שווערסטע זמנים אז ער וועט זיך נאך פאראייניגן מיט זיין יוסף חיים בס"ד, געזונטערהייט, און יעצט ווען ס'איז ווירקליך מקויים געווארן, איז ער געקומען אפגעבן א ברכת יישר כח פון טיפן הארצן פאר די אלע תפילות און חיזוק לכל אורך הדרך.


נאכן מעמד האט די רבי שליט"א אויפגענומען די געסט אויף א פריוואטער פארנעם, וואו די רבי האט מיט זיי פארברענגט קרוב צו א שעה צייט, און געהערט פון יוסף חיים איבער זיינע מיטמאכענישן דארט אין עזה און איבער זיין התחזקות און התעוררות אין אידישקייט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page