top of page
מרבים שלום: האד' מוויזניץ מאנסי נעמט אויף זיך פינאנציעלע עול פון נייע כולל דחסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין נאך א באגריסנדע אנטוויקלונג פון אחדות און צוזאמענארבעט בחצרות בית וויזניץ, ווערט אין די יעצטיגע טעג אוועקגעשטעלט א נייע כולל פאר חסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי, בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א, מיט די פערזענליכע הילף און באגלייטונג פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס אין לויף פון די לעצטערע חדשים האבן די צוויי ברידער האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי און קייאמישא מערערע


געהויבענער ט״ו בשבט טיש און שבע ברכות רבתי אין קרית וויזניץ בראשות האדמורי״ם לבית וויזניץ שליט״א
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער חסידי וויזניץ האבן מיטגעהאלטן געהויבענע שעה'ן של עוז וחדווה און התעלות דקדושה, ביי די מעמד נהדר שצדיקים מסובין בה, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם מאיעסטעטישן היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, אין שפיץ פון די ראשי עם קודש האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ; מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וואס האבן אינאיינעם מעריך געווע


ישמח ישראל: רירנדע שעה'ן פון שמחה, תפלות והודאות ביי היסטארישע חתונה בשמחת בית וויזניץ
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פילע טויזנטער חסידי וויזניץ פון איבער דער גארער וועלט זענען נאך אונטער'ן אומפארגעסליכן רושם פון די היסטארישע וויזניצע חתונה וואס האט פאראייניגט אלס זיידעס עטליכע אדמורי"ם לבית וויזניץ, ומלכם בראשם, דער גרויסער עלטער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די שמחת בית צדיקים האט געטראגן א התרגשות'דיגע באדייט ביי די טויזנטער וויזניצער חסידים אין ארץ ישראל, זייענדיג די ערשטע חתונה פון א דור רביעי ביי מרן אדמו"ר מוויזני


הנה ימים באים: האד' מוויזניץ קייאמישע נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש קיין ארה"ק לכבוד צוויי חתונות פון אייניקלעך
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש בשמחה ובהתרגשות גרייטן זיך חסידי וויזניץ קייאמישע צו די געהויבענע ימי השמחה און דער מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ארץ הקודש דעם קומענדיגן חודש שבט. דער רבי שליט"א נעמט אונטער די נסיעה לפאר ולרומם על ראש שמחותיו און באשיינען די צוויי גרויסע שמחות הנישואין פון זיינע אייניקלעך, אין באגלייטונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן מיטהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש. דעם קומענדיגן מוצאי שבת פר


bottom of page
