אשת חבר • חסידי וויזניץ באוויינען פטירה פון הרבנית מוויזניץ קייאמיש ע"ה טאכטער פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל
- בחצרות הקודש

- 1 בספט׳
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 1 בספט׳
מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

א וואלקן פון טרויער האט זיך נארוואס אראפגעלאזט צווישן עדת חסידי וויזניץ איבער דער גארער וועלט, צוזאמען מיט אידן פון אומעטום וואס ווייטאגן מיט דעם צער און אבל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, נאך די פטירה פון די הויכגעשעצטע אשת חבר המפורסמת במעשי' הטובים, בת גדולים וקדושים הרבנית הצדיקת פייגא שפרה האגער ע"ה, ברתא דמלכא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכע האט אין די יעצטיגע מינוטן אויסגעהויכט איר נשמה, אין עלטער פון זיבעציג יאהר, נאכ'ן נישט זיין געזונט במשך די לעצטע תקופה, לדאבון בני משפחתה הרוממה ולמגינת לבם פון אלפי חסידי וויזניץ פון איבער דער גארער וועלט.
די רעבעצין ע"ה איז געווען די עלסטער טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, פון וועמענס הסתלקות מען שטייט קארגע צוויי יאהר, די רעבעצין איז געבוירן געווארן ה' ניסן תשט"ו אין סקווירא שטעטל, און איז נאך אויפגעוואקסן אויפן שויס פון איר גרויסן זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע. בהגיעה לפירקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובער מאן דער וויזניצער רבי פון קייאמישע, וועלכער איז דער דריטער זון פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.
די רעבעצען האט זיך ליידער געספראוועט מיט שווערע מצבי הבריאות די לעצטע תקופה, מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות, זייענדיג מקבל געוועהן די אלע יסורים באהבה. די נאכט האט זיך דער מצב פלוצלינג דראסטיש פארערגערט, ויצאה נשמתה באחד צום טיפן צער און טרויער פון בני משפחתה וואס האבן פארלוירן דעם אם הבנים שמחה וואס האט מיט אזא מסירות נאמנה מגדל געווען דעם דור ישרים יבורך.
אלע יארן איז די רעבעצין געשטאנען לימין קדשו פונעם רבי'ן מיט א מורא'דיגע געטריישאפט, געהאלפן די תושבים פון שטעטל און באגלייט די חסידים מיט א ווארעמע הארץ, ווען אין שפיץ זעט זיך אן אירע געוואלדיגע פעולות פארן גרויסן מאן דער וויזניצער רבי שליט"א ער זאל קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש און משפיע זיין פאר די חסידים פון נאנט און ווייט, סיי אין די ערשטע פאר יאהר ווען זיי האבן געוואוינט אין מאנטריאל וואו דער רבי שליט"א האט משמש געווען ברבנות, און בפרט שפעטער ווען מען האט זיך אריבערגעצויגן קיין קרית וויזניץ קייאמישע.
די רעבעצין ע"ה לאזט איבער איר גרויסן מאן דער רבי שליט"א, איר מוטער הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א, די ברודער האדמור"ים לבית ראחמיסטריווקא שליט"א פון בארא פארק, לעיקוואד, מאנסי, וויליאמסבורג, לינדען, און האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין וועלכע מאכט היינט חתונה א קינד אין שיכון סקווירא, די שוועסטערס די רעבעצען'ס תליט"א, און א הערליכע דור ישרים יבורך, 15 קינדער זרע ברך ה'.
בנו הגדול הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א איידעם ביים פעטער הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי; הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א איידעם ביים פעטער כ"'ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א; הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א איידעם ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א; הרה"צ רבי ישראל שליט"א איידעם ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א; הרה"צ רבי דוד שליט"א איידעם ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, הרה"צ רבי ברוך שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנצח מנחם ספינקא שליט"א, הרה"צ רבי יוחנן שליט"א איידעם ביי הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי וחתן האדמו"ר מסקווירא.
די איידימער הרה"צ רבי ישראל יצחק בריעף שליט"א זון פון הרה"ג ר' וואלף בריעף דומ"ץ מכון להוראה מאנסי; הרה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א; הרה"צ רבי יהושע פיש שליט"א זון פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א; הרה"צ רבי מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א ראש ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא זון פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א; הרה"צ רבי זאב פיש זון פון הרב יעקב יוסף פיש זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א און איידעם פון הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ ב"פ זצ"ל; הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א; הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א; און הרה"צ רבי נפתלי פיש שליט"א זון פון הרב וועלוול פיש זון פון האדמו"ר מביקסאד און איידעם ביי האדמו"ר מקאסאני שליט"א.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט 10:30 פארמיטאג פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קייאמישע, וואו מען וועט באגלייט די מיטה דורך די גאסן פון שטעטל. פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי, מיט א מעגליכע אפשטעל אין בארא פארק. די רעבעצען ע"ה וועט קומען לקבורה אינעם אהל פון איר שוויגער הרבנית הצדיקת מוויזניץ ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל תורת מרדכי זי"ע.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.








תגובות