דרכי וויזניץ אבילות: אלפי ישראל באגלייטן מיט טרויער ארון פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ קייאמישע ע"ה
- sfbechatzros
- 2 בספט׳
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 2 בספט׳
דינסטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אלפי חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר זענען נאך איינגעהילט אין טרויער און גרויס צער, שטייענדיג נאך די פטירה פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ קייאמישע עליה השלום, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע שליט"א וואס איז נפטר געווארן לשמי מעל נעכטן מאנטאג באשמורת הבוקר צום טיפן צער און טרויער פון בני משפחתה, וכל בית ישראל.
די שווערע בשורה האט זיך בליץ שנעל צושפרייט פון מויל צו אויער צווישן די חסידים אומעטום, וועלכע האבן זיך תיכף צופרי ארויסגעיאגט קיין קייאמישע מיטצוהאלטן דעם מסע הלויה, און אפצוגעבן דעם פארדינטן כבוד פאר די הויכגעשעצטע רביצין ע"ה עזרתו בקודש.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז צום ערשט פארגעקומען די לוויה בביתו נאווה קודש פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א, דאס הויז ווי די רעבעצין ע"ה האט אזויפיל יאר געפירט איר הייליגע ארבעט מיט אזא אויסטערלישע געטריישאפט, אלעס שטיל און באשיידן פאר זיך, דארט האבן זיך געזעגענט די בני משפּחת המלוכה וואס האבן צוזאמען באוויינט די אבידה גדולה.
דאן האט מען באגלייט דעם ארון אויפן וועג צום גרויסן ביהמ"ד אין שטעטל ווי עס האבן שוין אפגעווארט מאסן חסידים ואנשי מעשה, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א איז ארויסגעקומען פארנט פונעם ביהמ"ד נעבן די מיטה ארומגענומען מיט די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים, הרב יעקב עמרם טויבער הי"ו יושב ראש חברה קדישא האט געזאגט די קל מלא רחמים, און מען האט באגלייט די ארון אראפ די בארג ביז צום בנין הישיבה, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער נשות הקהילה וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די חשובע רעבעצין ע"ה.
דערנאך איז די מיטה ארויסגעפארן אויפן וועג קיין בארא פארק. אונטערוועגנס איז די ארון דורכגעפארן פארנט פון די עטרת טשארנא זאל נעבן שיכון סקווירא, וואו דער דאפלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז ארויסגעקומען באגלייטן די מיטה בראש קהל חסידיו, אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות הקדושות דחסידי סקווירא.
ביים אנקומען האט כ''ק האדמו''ר מוויזניץ קייאמישע שליט''א פארפירט א קורצן שמועס מיט כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א. הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא האט פארגעזאגט קל מלא רחמים, און דערנאך האט דער פילקעפיגער ציבור אין שפיץ פון רבי'ן באגלייט די מיטה ביז צום ארויסגאנג פון שטעטל. צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזעהן פילע נשים צדקניות מתושבי שיכון סקווירא.
אנקומענדיג קיין בארא פארק איז די מיטה אריינגעברענגט געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, וואו די מאמע הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא תליט"א, האט זיך געזעגנט פון איר עלטסטן קינד, אינאיינעם מיט די בני המשפחה, די קינדער האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א און די אייניקלעך.
דערנאך האט מען ארויסגעברענגט די מיטה אויפן גאס, וואו דער משב"ק לבית ראחמיסטריווקא הרה"ח ר' יהושע חיים קאסטען הי"ו האט געזאגט קל מלא רחמים, און דערנאך האבן מאסן חסידים פון אלע הויפן און פילע תושבי העיר באגלייט די מיטה ברחובה של עיר בדרכה האחרונה.
פון בארא פארק איז די לוויה ארויסגעפארן קיין מאנסי, צום ערשט צו ביתו נאווה קודש פון כ''ק אדמו''ר מוויזניץ פון מאנסי שליט''א וואו עס האבן זיך געזעגענט די נשים, און דערנאך איז די מיטה אנגעקומען פארנט פונעם בנין הת"ת בנין ווילחאוויץ וואו עס האבן אפגעווארט די הונדערטער נשות הקהילה, מען האט זיך קורץ געזעגנט און דאן באגלייט די ארון אויפן וועג צום גרויסן ביהמ"ד וויזניץ אין מאנסי.
צום ערשט האט מען געמאכט די "הקפות" כנהוג, אנגעפירט דורך הגה"צ ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ הקהילה, דערנאך האט מען קריעה געריסן, די קינדער, די ברודער האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא און שפעטער דער גרויסער מאן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע שליט"א, ונשמע קולו ביים זאגן די ברכה "דיין האמת', זייענדיג מצדיק דין שמים באהבה.
נאכן קריעה רייסן האבן די מאסן מלווים דאן אנגעהויבן באגלייטן די מיטה אויף רוט 306 פונעם ביהמ"ד ביז צום בית החיים, וואו שווערע הונדערטער אידן האבן מיט צובראכענע געמיטער באגלייט דעם ארון ביז צום בית החיים.
די רעבעצען איז געקומען לקבורה אין די אוהל וואו עס ליגט באהאלטן איר שוויגער הרבנית הצדיקת מוויזניץ ע"ה, א"ח כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצוק"ל, די חברה קדישא האט דורכגעפירט די קבורה כנהוג, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט קדיש.
צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים ביי די לוויה האבן זיך אנגעזעהן אדמורי"ם רבנים און די קרובי המשפחה ובראשם די ברודער'ס פון די נפטרת כ"ק האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא, די שוואגער'ס האדמורי"ם לבית וויזניץ, בארנוב, קאסאני, שאץ, אזוי אויך האדמורי"ם מטשערנאביל, סקווירא פון בארא פארק, זוועהיל, תולדות מרדכי, פאלטישאן, קאסאן הילקערסט, לויעוו טשערנאביל פארשעי, אב"ד ניראבאטור, אב"ד טשערנאוויץ ב"פ, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא, זיין איידעם הגה"צ רבי יעקב יוסף גאלדמאן דומ"ץ סקווירא ראמען אין מאנסי, און נאך פיל.










































































































תגובות