דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
א באצויבערנדע מחזה הוד שפילט זיך אפ די יעצטיגע טעג אינעם ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין קייאמישע, ווען דער אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, דינט אלס 'במקום מגי"ש' פונעם גמרא-שיעור וואס זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קיימישע שליט"א לערנט פאר יעדן טאג.
דער גמרא-שיעור דורכ'ן וויזניץ קיימישער רבי'ן שליט"א ציט טעגליך א שיינעם השתתפות פון בעלי בתים, זיך פארציענדיג אויף א שעה צייט, און גייט שוין אן פאר אריבער צוואנציג יאר, און יעצט ווען דער קיימישער רבי האט אפגערייזט קיין ארץ ישראל צו די חתונה פון אן אייניקל, האט ער פארבעטן דעם ברודער דער וויזניצער רבי פון לאנדאן, וועלכער וויילט די יעצטיגע וואכן אויף אפרו אין קרית וויזניץ אין גיבערס, איבערצונעמען און אנהאלטן דעם קביעות'דיגן שיעור, שלא יבוטל התמיד.
דער שיעור גייט אן מיט א פעסטקייט יעדע נאכט, ווען דער ציבור דערקוויקט זיך מיט די קלארע שיעורים דורכ'ן רבי'ן, ווען צוגלייך איז מען כסדר נהנה בצל קורתו פונעם לאנדאנער רבי'ן, ווען עס שיינט ווידער ארויס דער קידוש שם שמים פון אהבה ואחוה שלום וריעות, ווערנדיג נתכבד ביותרת הכבוד דורכ'ן ברודער דער מרא דאתרא, ובפרט יעצט ווען דער קיימישער רבי איז אוועקגעפארן, האט ער איבערגעגעבן פאר'ן ברודער צו פולקאם פראווען אלעס אויפ'ן פלאץ, על מקומו בבית מדרשו.
אין אנדערע נייעס איז דעם מאנטאג נאכט, בשעת ס'איז פארגעקומען די חתונה גדולה פון אן אייניקל ביים קיימישער רבי'ן שליט"א אין ארץ ישראל, פארגעקומען א סעודת מצוה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קייאמישע וואו דער וויזניצער רבי פון לאנדאן האט באשיינט די סעודה מלובש בבגדי שבת, צוזאמען מיט די חסידים באתרא דמר, זיך מיטפרייענדיג בריחוק מקום וקירוב הלבבות מיט די שמחה ביים רבי'ן אין הויף.
שפעטער איז דער רבי אריבער צו די בחורים, וועלכע האבן אויך אפגעראכטן א סעודה לכבוד השמחה, באזונדער ביי די ישיבה גדולה און באזונדער ביי די ישיבה קטנה, און מחזק געווען די בחורים וועלכע האבן זיך צוגעפלייסט מיט שעות רצופות, אונטער א ספעציעלע התעוררות צו לערנען לכבוד די חתונה, און האבן געזאלט לאות הוקרה מיטפארן צו די נסיעה, אבער האבן נישט געקענט פארן צוליב די אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד.
אין דער זעלבער צייט ווערן שוין געמאכט די לעצטע הכנות בחצר הקודש וויזניץ אין שטאט מאנסי, וואו מ'וועט זוכה זיין מקבל זיין את פני הקודש פונעם וויזניץ לאנדאנער רבי, וואס וועט דעם היינטיגן שב"ק עקב אפרעכטן דעם גרויסן שבת צוזאמען מיט'ן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וואו עס ווערן ערווארטעט פילע חסידים פון אלע שטעט.
Comentários