נייע עפאכע פון הרחבת גבולי הקדושה מיט גרינדונג פון הערליכע קהלה דחסידי וויזניץ קייאמישע אין שטאט מאנסי
- בחצרות הקודש

- 17 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 21 באפר׳
דאנערשטאג ג' ד'חול המועד פסח • י"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום חסידי וויזניץ קייאמישע, און בפרט די פילצאליגע חסידים איינוואוינער אין שטאט מאנסי, מיט די נייע גלאררייכע עפאכע פון הרחבת גבולי הקדושה, מיט'ן גרינדונג פון א הערליכע קהלה נאה וחסודה דחסידי וויזניץ קאיימישע אין מאנסי, בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א.
אויף דעם יום טוב פסח איז געעפנט געווארן די נייע ביהמ"ד דחסידי וויזניץ קייאמישע אין מאנסי, אן אייגענעם היימישן ווינקל ווי די חסידים וועלן זיך צוזאמקומען ביי די תפילות און שיעורי תורה בדיבוק חברים, אויף א געהויבענעם פארנעם.
דער ביהמ"ד איז צייטווייליג סטאנציאנירט אין די בנין פון ישיבת כתר תורה ביים ווינקל פון בלאוועלט ראוד און רוט 306, א מקום רחבת ידים, וואס איז געווארן הערליך אהערגעשטעלט מיט אלע הצטרכות פאר די מתפללים ולומדים וואס וועלן זיך קובע מקום זיין אינעם נייעם מגדל אור לתורה ולתפלה, אויף ווילאנג מען וועט באנייען דעם בנין קבע וואס מ'האט נישט חאנג צוריק אפגעקויפט פארן ביהמ"ד אין מאנסי, און גייט אצינד אריבער רענאוואציע ארבעט.
דאס ביהמ"ד איז די ערשטע ביהמ"ד דחסידי וויזניץ קייאמישע אין די פרעמד, און איז געעפענט געווארן מיט די איינשטימיגע הסכמה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכער האט מיט זיין טוב עין געגעבן די פולסטע שטיצע פארן נייעם ביהמ"ד באתרא דמר, אונטער די נשיאות פון זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע שליט"א.
מיט אויסטערלישע שמחה האט מען דעם יום טוב באנייעט דעם בית מקדש מעט, וואו דאס ביהמ"ד איז שוין געוועהן פול געפאקט פון ברעג צו ברעג, ביים ערשטן תפילה פרייטאג צונאכטס. שפעטער ביים באטע האט זיך ווידער צוזאמגענומען א שיינעם ציבור חסידים וואו מען האט פארברענגט בזמירות שירות ותשבחות אויפן וויזניצער שטייגער.
לרגל די פתיחת שערים האט דער רבי שליט"א געשיקט זיינע קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א מיטצוהאלטן די תפילות אינעם נייעם ביהמ"ד, בנו הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד קבלת שבת און שחרית דעם ערשטן טאג יום טוב, און תפילת מוסף און טל האט געדאווענט דעם רבינס דריטער זוהן הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א.
מיט די אנדערע תפילות דורכאויס יום טוב האט מען מכבד געוועהן די פני העדה ואנשים חשובים, צווישן זיי די אייניקלעך און מקורבים פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצוק"ל.
ביים ליינען האבן די חסידים ומתפללי הבימה"ד געשנאדערט סכומים הגונים להתייסדות הקהילה והביהמ"ד. אצינד בימי חול המועד טוט פארזעצן די תפילות און שיעורי תורה ברבים ביתר שאת ועוז.
נאך יום טוב וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א אנקומען קיין מאנסי אויף א באזוך אינעם נייעם ביהמ"ד לכבוד די שמחת פתיחת שערים.







תגובות