top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ קייאמישע וועט אריבערגיין פאראויס געפלאנטע אפעראציע אין מאנהעטן

  • Bechatzros admin
  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

היינט צופרי איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א אריינגעפארן צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן וואו דער רבי שליט"א איז ערווארטעט דורכצוגיין א פאראויס געפלאנטע אפעראציע, צוליב א בראך פון וואס דער רבי האט געליטן א תקופה צוריק און דארף באהאנדלט ווערן.


די רבי שליט"א איז שוין נעכטן אנגעקומען קיין מאנסי, צום אכסניא בבית הנגיד החסיד ר' יעקב אהרן ווערצבערגער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע וואו עס איז געווען זמני כניסה פאר די חסידים תושבי מאנסי. שפעטער ביינאכט האט זיך די רבי משתתף געווען ביים שמחת הווארט פון א אייניקל ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי.


היינט אינדערפרי האט די רבי געדאוונט שחרית בהשכמה אין ביהמ"ד אמרי חיים אין מאנסי, און באלד נאכן דאווענען ארויסגעפארן קיין מאנהעטן אין בעפארברייטונג צום אפעראציע וואס מען וועט דורכפירן היינט פארמיטאג. אויב אלעס וועט גיין כשורה בס"ד וועט די רבי שליט"א נאך אהיימקומען היינטיגן דאנערשטאג פון שפיטאל, און קענען אנגיין ווייטער מיט די עבוה"ק בלי שום מיחוש וכאב.


דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן מנחם מענדל בן סימא מירל, לבריאות השלימות, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

bottom of page