הבית בהבנתו: אנגעהויבן פאקטישע בוי-ווערק אויפצובויען נייעם מאסיוון ביהמ"ד הגדול וויזניץ קייאמישע
- בחצרות הקודש

- 7 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 8 באפר׳
מאנטאג פ' צו • ט' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ קייאמישע קוקן זיך צו מיט פרייד אין די יעצטיגע טעג פון ערבי פסחים ווען ס'איז אין א מזל'דיגע שעה אריין אין שוואונג די העפטיגע בוי ארבעט לבנות הספיר, אהערצושטעלן דעם נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קייאמישע, און וועט שטיין צודינסט פון די פילע הונדערטער חסידים ותושבי הקרי', המסתופפים בצל קדשו פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א.
דער פאנטאסטישער פראיעקט פונעם נייעם ביהמ"ד קומט נאכדעם וואס דער יעצטיגער ביהמ"ד הגדול איז שוין שטארק אויסגעוואקסן, זייענדיג אין באנוץ שוין צענדליגער יארן, ווען מ'האט עס געבויט נאך בראשית השנים פונעם שטעטל, בחיים חיותו פונעם רבי'ן דער תורת מרדכי זצ"ל, און בליעה"ר מיט'ן וואוקס פונעם ציבור שפירט זיך די ענגשאפט בכל פנה ופנה, ובפרט אין די ימים טובים און שיינע שבתים.
אין די ערשטע פאקטישע בוי פאזע האט מען אנגעהויבן גראד מאכן דעם שטח און אפשניידן די ביימער אויפ'ן שטח הבני', וואס געפינט זיך אויף בארנעס בולעווארד, נישט ווייט פונעם בנין הישיבה, גרייט צו מאכן דעם באדן אויפצובויען דעם בנין וואס וועט פארמאגן א היכל אדיר פון אריבער "10 טויזנט סקווער פיס".
איינמאל דער באדן וועט זיין פולקאם גרייט, וועט מען אין די טעג נאך פסח גלייך זיך נעמען צו די אקטיווע קאנסטרוקציע, לשמחת לבם און שפאנענדע ארויסקוק פון כל קהל עדת חסידי וויזניץ קיימישא.
נעכטן זונטאג אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף אן ערב פסח באזוך ביי די שוויגער הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא תליט"א, און דערנאך צוגעפארן קיין וויליאמסבורג, און באזוכט ביי א נדיב הרוצה בעילם שם, מגדולי התומכים לבית וויזניץ, וועלכער האט דערביי בייגעשטייערט די פילאנטראפישע סומע פון 1.2 מיליאן, זייענדיג דערמיט דער נחשון ומתחיל במצוה, מיט'ן ערמעגליכן דאס אנהייבן די בוי ארבעט און זיך נעמען לנצח על מלאכת בית ה'.








תגובות