top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט לאס אנדזשעלעס ערווארט ערשטמאליגע שבת מיט אורח הדגול האד' מוויזניץ קייאמישע

עודכן: 10 בפבר׳

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


דער חרדי'שער אידנטום אין שטאט לאס אנדזשעלעס ערווארט בהדרת כבוד מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, וואס גרייט זיך אונטערצונעמען א מסע הקודש קיין לאס אנדזשעלעס, און דארט אפרעכטן א געהויבענעם שבת קומענדיגע וואך פ' משפטים בקרב עדת תושבי העיר, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע צוואנציג יאהר זינט דאס לעצטע מאל דער רבי האט באזוכט אין שטאט.


דער רבי שליט"א וועט חונן זיין את פני העיר דעם קומענדיגן מיטוואך משפטים באנאכט, און וועט פארוויילן אויף א פולע וואך אין שטאט אויפצוטרייבן געלטער לטובת די מוסדות הקדושים אין קרית וויזניץ קייאמישע, המסנותתים לתפארה. דורכאויס די וואך וועלן אפגעהאלטן ווערן א רונדע פון מלכות'דיגע באנקעטן בבתי נדיבים בעם און בארימטע פילאנטראפן.


דאנערשטאג וועט אפגעראכטן ווערן א גראנדיעזע "קבלת פנים" לכבודו וואו די תושבי העיר וועלן האבן די געלעגנהייט מקבל פנים צו זיין דעם חשוב'ן גאסט. באזונדער רישט מען זיך צום געבויבענעם און ערשטמאליגע שבת וואס דער רבי וועט אפרעכטן אויף א גרויסארטיגן פארנעם פאר כלל תושבי העיר, און פילע געסט וואס וועלן קומען צו פארן מיטלעבן דעם שבת.


נאך שבת וועט זיין א געלעגנהייט פאר די תושבי העיר אריינצוגיין לעצה ולברכה און זיך ווארעמען ביי די געהויבענע תפילות, בזמן שהצדיק בעיר.



Comentarios


bottom of page