דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: איתי קצב
געהויבענע געפילן פון התרוממות של שמחה, איז פאריבער אויף הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מיטלעבנדיג די גרויסע רעבישע חתונה אין עיר התורה והחסידות בני ברק די שמחת הנישואין פון הכלה תחי' א אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מטשערנאביל און וויזניץ קייאמישע שליט"א, די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א, מיט די חתן א אייניקל פון הגה"צ אב"ד טשערנאביל אלעד שליט"א, איר אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א.
אין די פריע נאכמיטאג שעות זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין ביהמ''ד הגדול טשערנאביל, די קאפעליע האט געזינגען א רייע ווארימע ניגונים מאוצר הטוב לבית וויזניץ, און דער בדחן ר' דוד שובאקס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין זייענדיג מעורר זכות אבות. צום באשטימטן צייט איז מען ארויס צום חופה, מצד הכלה האט אונטערגעפירט די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע. מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן די זיידע די וויזניצער רבי פון קייאמישע, קריאת הכתובה כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א א פעטער פון ביידע צדדים, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
תיכף דערויף איז געוועהן א געלעגנהייט פאר חסידי טשערנאביל דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים. דערנאך זענען די בחורי החסידות אריין אל הקודש פנימה און איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פון טויזנטער שעות רצופות, דער רבי האט געליינט די כוללות קוויטל און מאציל געווען מברכות קדשו לרוב. די וויזניצער רבי פון קייאמישע האט געדאווענט מעריב אין איינע פון די שטיבלעך אינעם בנין בית המדרש הגדול מכנובקא בעלזא, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים מיט קהל חסידיו, דאן זענען די חסידים דורך אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב.
די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט ברוב פאר והדר אין היכל ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא, בשעה 10:00 איז די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט''א ערשינען צום שמחת החתונה לקול תרועת השמחה ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבט זיך בריקודין של שמחה, א שעה דערויף האט מען ענטפאנגען די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וואו די ריקודים האבן גובר געווען בעוז ותעצומות. במשך די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן די בעל אכסניא פון די שמחה כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, און האדמורי"ם מבוהוש, מעליץ, זוועהיל, נדבורנא ירושלים, בני האדמו"ר מוויזניץ, ראש ישיבת וויזניץ, אבד"ק מאור חיים ירושלים, די פעטער'ס האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, טשארנאביל, קאסאני בית שמש, ברעזאן און נאך. די זיידע הגה"צ אב"ד טשערנאביל אלעד שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסאני וויליאמסבורג שליט"א, און ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט''א.
נאכן בענטשן האט מען אויסגערופן דרשה געשאנק, און דאן צוגעטראטן צום געהויבענעם מצווה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' מענדל יאקאב הי"ו האט אויפגערופן מיט דברי חרוזין די עלטער זיידע די ראדאמישלא רב און דערנאך כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכע האט פארלאזט די שמחה נאכן טאנצן מצוה טאנץ. דערנאך זענען געטאנצן די זיידעס אב"ד טשערנאביל אלעד, און אב"ד קאסאני וויליאמסבורג, דאן האט מען אויפגערופן די פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש וועלכע איז געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך ארויס אין א באזונדערע התלהבותדיגע ריקוד מיט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, און דערנאך א גרויסע רינג מיט די משפחת המלוכה אלע אייניקלעך לבית וויזניץ, צום לעצט האט דער בדחן אויסגערופן די גרויסער זיידע די וויזניצער רבי וועלכע האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין בעוז ותעצומות כדרכו. עס איז געווען שוין שפעט ביינאכט ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.
Comments