top of page
פראכטפולער מעמד סיום מסכת שבת אין ראם פון מפעל "לבאי באורייתא" דחסידי סקאליע
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א הערליכער מעמד איז פארגעקומען בחצר הקודש סקאליע, מיטן נאמען "שני אלפים תורה", ביי וועלכן עס איז געפייערט געווארן דער סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת הלימוד לבאי באורייתא דחסידי סקאליע מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די מעמד איז פארגעקומען אין די סטערלינג בענקוויט זאל אין בנין פון ת"ת בעלזא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואו א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט לכבוד התורה ולומדי'.


סעודת הילולא פון הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע ביי נכדו ממשיך דרכו האד' משאץ | בילדער גאלעריע
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט מוצאי שבת ליל כ"ב טבת געפאלט אויס די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א האט אפגעראכטן די סעודת הילולא און מלוה מלכה בבית מדרשו אויף רחוב אדמור"י שאץ אין בני ברק, וואו עס האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד דעם רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א.


במוצאי יום גילה: שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט מוצאי שבת איז געפראוועט געווארן בחצר הקודש דאראג די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' מרדכי קליין שליט"א מוואשארהעלי, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק, אינאיינעם מיטן מלוה מלכה בתופים ומחולות בראשות פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א.


הדרן עלך: אלפי ילדי קרית יואל פייערן חגיגת סיום ששה סדרי משנה דורך "מתמידים רץ למשנה"
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין הונדערטער ילדי תינוקת של בית רבן אין די מוסדות הקדושים אין קרית יואל האבן פארגן מוצאי שבת ויחי געפייערט די גראנדיעזע מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך מתמידים רץ למשנה וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די בית רחל אודיטאריום בנין לאה אסתר, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אין די טעג בעפאר דער סיום האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה וואס קומט פאר יעדע נאכט, וואו דער רבי האט


טויזנטער מיטגעהאלטן רבי'שע חתונה בחצרות סאטמאר - אלעסק אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל מיטגעפרייט ביי דער גרויסארטיגער "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאטמאר, וועלכע איז געפייערט געווארן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג אינעם באנייטן היכל בית המדרש הגדול והחדש דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, וועלכע איז ווי ביי די פאריגע שמחות אויסגעשטעלט געווארן אויף א גאר בכבוד'יגן און מלכות'דיגן אויסלייג, מיט הויכשטאק


חנוכת הבית רבתי פון נייעם ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ביתר געפייערט בראשות הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופרשטוק תלמידי וחסידי אמונת ישראל אין ארץ הקודש לעבן די טעג מיט ימי הוד ביים געהויבענעם באזוך פונעם רועה נאמן הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וועלכער האט חונן געווען עפר ארץ הקודש מאציל צו זיין מהודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו. דאנערשטאג אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס פראכט דער גראנדיעזער מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בית המדרש אמונת ישראל אין ביתר וואס איז געווען די מטרה פונעם באזוך אין ארץ ישראל. דער אוי


שמחת התנאים פון החתן נכד האד' מסקאליע מיט הכלה נכדת הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א ראה"כ אור יצחק סקאליע, זון פון הגה"צ ר' חיים מרדכי כ"ץ שליט"א אבד"ק סלאוויטא, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אברהם אליעזר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי אדלער זצ"ל אבד"ק מנחה חדשה דזיקוב וויזניץ, די שמחה איז פארגעקומען אין די ס


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל די וואך אויפן הר הזיתים. בבית אלוקים נהלך ברגש: הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א בן האדמו"ר מפשעווארסק ביים ארויסהעלפן אן עלטערער מלמד פון די בעלזער תלמוד תורה אין אנטווערפען אנקומען צום חדר אין א זעלטענע הויכע שניי וואס האט באפאלן די שטאט אנטווערפן. נעכטן הארט איידער האדמו"ר מסאטמאר איז ארויס צום קבלת פנים פון די שמחה הגדולה, די חתונה פ


שיינעם מסיבת שבע ברכות אין אכסניא פון גאב"ד קרית צאנז ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט ביים שמחת השבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך גיסו הגה''צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט''א מרבני קהילת צאנז קלויזענבורג, די שמחה איז פארגעקומען בבית האכסניא פונעם רב שליט"א אין שטוב פון הנגיד ר' יחזקאל שימאן הי"ו מחשובי חסידי צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק. צו די שמחה זענען געלאד


ק"ק סאטמאר בית שמש לעבט מיט לעכטיגע "ימי ביקור" בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ארה"ק בכלל, און תושבי בית שמש בפרט, האבן מיטגעלעבט היסטארישע ימי אורה ושמחה, בצילו פון כבוד הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען אפרעכטן לעכטיגע "ימי ביקור" און דעם געהויבענעם "שבת ויחי" צווישן עדת חסידי סאטמאר תושבי בית שמש. פארלאפענעם דאנערשטאג ויחי האט דער רב שליט"א מופיע געווען בשערי בית שמש, צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אליעזר וויזעל הי"ו, מח


אלפי חסידי באבוב אנטיילגענומען ביים מאסיוון "יחידי סגולה" דינער לטובת מוסדות באבוב
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש מאסן באבובער חסידים זענען דעם פארלאפענעם מוצאי שבת קודש ארויסגעקומען בהמוניהם צו שטיצן בגוף ובממון די ריזן תורה אימפעריע פון תלמוד תורה בני ציון און ישיבה קטנה כרם שלמה ד'באבוב, און בו בזמן ארויסצייגן הכרת הטוב צו די הונדערטער מחנכים און מרביצי תורה וואס לייגן אריין איבערמידליכע כוחות אין ילדי ציון היקרים. די מלווה מלכה איז פארגעקומען אין די פראכטפולע הייטנער זאל אינעם ריזן בנין התלמוד תורה וואס איז געווען הערליך און מלכותדיג אויסגער


סְעָדֵנִי וְאִוָּשֵׁעָה: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע ביי נכדו האד' מלעלוב ניקלשבורג
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


בחורי חסידי צאנז זוועהיל האלטן מיט געהויבענער שבת התעלות בצל הקודש אלס פאסיגע הכנה לימי השובבי"ם
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN גאר א דערהויבענעם שבת התוועדות איז געפראוועט געווארן דעם פארלאפענעם שבת ויחי פאר די אריבער הונדערט בחורי צאנז זוועהיל, אריינגערעכנט די תלמידי הישיבה און נאך בחורי החבורות, אויף א שבת הכנה לשובבי"ם בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א. פרייטאג צונאכטס האט די רבי שליט"א געפראוועט די סעודה דחקל תפוחין צוזאמען מיט די בחורים, ווען די רבי פירט אן מיט די ניגונים און זמירות שבת, און איז משמיע דברי תורה, און הדרכות


תורה וגדולה: טיפזיניגער שיעור דורך הנגיד התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס איבערגעגעבן אין חצר הקודש מודזיץ
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין דער מודזיצער הויף אין בני ברק, דורך דעם באקאנטן נגיד און תומך תורה, הרבני התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס, וועלכער איז אין די טעג צוגאסט אין ארץ ישראל. ר' צבי שיחי' וועלכע איז א תומך ומחזיק תורה און אליינס באקאנט אלס א למדן און יודע ספר, און דער מחבר פון די בארימטע ספרים רץ כצבי, איז שטארק אדוק ומקושר צו חצר הקודש מודזיץ, נאך פון אלס קינד ווען ער איז אויפגעוואקסן אין ת


האד' מזוועהיל געוויילט שבת אין בארא פארק; מיטגעהאלטן תפילות און טישן בצל דודו האד' מראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, יוסף שלום ש.,JDN פארלאפענעם שבת ויחי העעל"ט האט כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת בצל הקודש פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין בארא פארק, זייענדיג צוגאסט אין ניו יארק לטובת מוסדותיו. פרייטאג צונאכטס נאכן סעודת שבת האט דער רבי אפגעראכטן א באטע בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים בראד שליט"א ווי דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און איז דערנאך אריבער צום טיש פונעם פעט


מנהיגי הדור זענען מטכס עצה איבער נייעם חוק הגיוס ביי אסיפת "מועצת גדולי התורה"; החלטה דערווייל אומבאקאנט
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין די אנגייענדע אנטוויקלונגען אנבאלאנגט דעם גזירת הגיוס בארה"ק איז דעם היינטיגן מיטוואך שמות לסדר "ויצא אל אחיו וירא בסבלותם" אפגעהאלטן געווארן א קריטישע אסיפת גדולי האדמורי"ם פונעם מועצת גדולי התורה אגודת ישראל, דן צו זיין איבער'ן נייעם חק הגיוס וואס איז יעצט דער ברענענדיגער נושא עומד על הפרק בעת עס שוועבט די גזירה נוראה אויף די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בני הישיבות והכוללים. אין די טעג בעפאר איז אפגעהאלטן גע


לכו והתפרנסו: ערשטמאליגע פרנסה עקספאו אפגעהאלטן מיט סוקסעס דורך חסידי קארלין סטאלין
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט די העכסטע מאס הצלחה איז פארלאפענע וואך דאנערשטאג אפגעהאלטן געווארן די ערשטמאליגע ביזנעס עקספא, ארגאניזירט דורך מוסדות קארלין סטאלין, דער עקספא איז געווען געווידמעט און ספעציעל צוגעשטעלט פאר די הונדערטער סוחרים און ביזנעס אייגנטומער פון די קארלין סטאלינער קהלה, וואס האבן געמאכט געלונגענע ביזנעס קאנטאקטן און ערפאלגרייכע דיעלס, זייענדיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה". דער עקספא איז צושטאנד געקומען מיט'ן ברכת קדשו פ


האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אינעם נייעם אויפבליענדן ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש דער נייער חרדישע ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל האט נעכטן געהאט זי זכי' מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט זיך אומצוקוקן אויף די ווייטערדיגע פארשריט אין די נייע אויפבליענדע שכונה "קרית נועם אלימלך" אין שטאט, געווידמעט פאר הונדערטער משפחות פון די חסידישע קרייזן, דאוראונטער צענדליגער משפחות חסידי וויזניץ בית שמש וועלכע פלאנען זיך ארויסצוציען קיין עמנואל אין די נאנטע צוקונפט. די ב


האד' מסאטמאר באשיינט מסיבת שבע ברכות פון נכד הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אין שכונת פרי מגדים אין קרית יואל
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. פארלאפענעם זונטאג נאכט איידערן אפרייזן קיין פאלם ספרינג למנוחת הנפש האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א רב ביהמ"ד בית חיים דוד דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב יעקב שרגא לויפער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בעריש לויפער שליט"א, און אייני


הילולא קדישא בחצה"ק נדבורנא ירושלים לרגל יארצייט פון הרה"ק בעל דבר חיים מנדבורנא זצוק"ל
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת פ' ויחי האט כ''ק האדמו''ר מנדבורנא ירושלים שליט''א אפגעראכטן שולחנו הטהור אינאינעם מיטן סעודת מלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק בעל דבר חיים מנדבורנא זצו'''ל, דער רבי שליט''א האט געמאכט די סיום הש''ס און מכבד געוועהן עטליכע פון די זקני החסידים צו דערציילן עובדות און סיפורים פונעם זיידן דער בעל ההילולא. אויפצומארגנס בעצם יומא דהילולא איז דער רבי ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזיתים בראש קהל חסידיו, להיפקד בדבר


bottom of page

