top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער מיטגעהאלטן רבי'שע חתונה בחצרות סאטמאר - אלעסק אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 5 דקות

מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין

וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר ווידעראמאל מיטגעפרייט ביי דער גרויסארטיגער "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאטמאר, וועלכע איז געפייערט געווארן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג אינעם באנייטן היכל בית המדרש הגדול והחדש דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, וועלכע איז ווי ביי די פאריגע שמחות אויסגעשטעלט געווארן אויף א גאר בכבוד'יגן און מלכות'דיגן אויסלייג, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום אויף אלע זייטן, צו אקאמאדירן די פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, אברכים ובחורי חמד.


עס איז געגאנגען אונטער דער חופה בשעטומ"צ די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א פון בארא פארק, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת מעלבארן סיגעיט.


דער מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די ויואל משה זאל וואו מען האט געדאווענט מעריב, און דערנאך אנגעהויבן די געהויבענע שמחה וואו עס האט געהערשט אן ערנסטע אטמאספערע. נאכן זינגען די ניגוני התעוררות האט מען געהערט דברי כיבושין והתעוררות פון הר"ר לייבוש שווארץ הי"ו וועלכער האט מעורר געווען מיט רירנדע חרוזים איבער דער געהויבנקייט און סגולה פון אט די הייליגע מאמענטן. עטליכע ממצויני הישיבה קטנה סאטמאר וויליאמסבורג האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א כוללות קוויטל מיט די שעות רציפות וואס די בחורים פון די דריי סניפי הישיבות קטנות האבן געלערנט ביום החופה.


דער רבי שליט"א האט מסדר געווען די כתובה און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, נאכן קבלת פנים איז דער רבי שליט"א און די שושבינון ארויס צום מעמד החופה פארנט פונעם זאל. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער פון די חתן כלה הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, די ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע הגה"צ אבד"ק חוות דעת שליט"א, די עלטער פעטער פון חתן וכלה כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, די עלטער פעטער פון די כלה הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, די פעטער פון חתן הגה"צ אבד"ק מיקאלייב שליט"א, און די עלטער פעטער פון כלה הגה"צ אבד"ק ביסטריץ שליט"א, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, נאכן חופה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן מברכותיו פארן גאנצן ציבור, און מען איז זיך פארגאנגען אין פרייליכע ריקודים, טאנצנדיג ארויף און אראפ אין א מחול לצדיקים.


די "סעודת החתונה", פאר די קרובים ובני המשפחה וחסידים ואנשי מעשה איז געווען צוגעשטעלט אין ביהמ"ד הגדול, באלד נאך דער סעודה האט זיך אנגעהויבן דער קייט פון די געהויבענע ריקודין של מצוה, בקול ששון ובקול שמחה, וואו מ'האט קורץ דערויף ענטפאנגען דעם ראש בית אב דער רבי שליט"א, מיט א שטורמישן געזאנג, קול רינה וישועה באהלי צדיקים, דער רבי שליט"א האט דערביי מעודד געווען די ניגונים בעוז ותעצומות און אריינגעשלעפט דעם ציבור אין שמחה'דיגע אטמאספער.

די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מצווה, און דערנאך איז דער חתן ערשינען אין ביהמ"ד און די רבי איז ארויס אין א ריקוד של שמחה מיט די חתן און מחותנים לענגערע מינוטן, באזונדער איז די רבי ארויס אין א ריקוד נלהב מיט בנו חביבו די מחותן הגה"צ רבי יואל שליט"א וועלכע שטייט אלע יארן לימין קדשו פון רבי'ן מיט א זעלטענע געטריישאפט, בשעת די שמחה האט די רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד אויף א הפסקה, און דערנאך ווידער ערשינען אינעם ביהמ"ד ווי עס איז געווען די געלעגנהייט פארן ציבור דורכצוגיין וואונטשן לחיים, אינצווישן זענען כסדר אנגעקומען רבנים ואדמו"רים וגדולי ישראל וואונטשן מזל טוב פאר'ן גרויסן בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און די געהויבענע מחותנים. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויען, צעהלים, ווערדאן פון בארא פאררק, קיוויאשד, פאפא בארא פארק, הארדענקא פלעטבוש, דעעש וויליאמסבורג, אלעסק וויליאמסבורג, אלעסק סטאניסלאוו, באניא מאנסי, נאנאש וויליאמסבורג, וואוידיסלאוו, קאזלוב וויליאמסבורג, קאלבסוב, סערט וויזניץ לעיקווואד און סטרעטין.


הרבנים הגאונים הצדיקים גאב"ד אנטווערפן, גאב"ד בית אהרן, גאב"ד אודווארי, אב"ד זענטא, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד פאיע, אב"ד מכלל יופי, אב"ד אבני צדק קרית יואל, אב"ד קאלוב וויליאמסבורג, אב"ד טארטיקוב, דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג, אב"ד איהעל, אב"ד לימינוב, אב"ד תפארת מרדכי, אב"ד זכרון נפתלי, אב"ד באר משה פרעמישלאן, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג, אב"ד בית שמואל קרית יואל, אב"ד ווייטצען וויליאמסבורג, אב"ד יאמפאלא, אב"ד וואלקאן, אב"ד דאראג, אב"ד קלעסאן, אב"ד דברי חיים, אב"ד קאפיש און נאך פילע רבנים ואנשים חשובים, און קרובי המשפחה.

די פייערליכע ריקודין אין דעם נייעם היכל בית המדרש זענען געווען שעות של תענוג וקורת רוח, צווישן די רינגען האט זיך אנגעזעהן א גרויסע רינג פון די תלמידים פון ישיבת נייפעסט וואו דער חתן ציילט זיך פון די מצויני הישיבה, אזוי אויך א רינג פון חסידי ומתפללי ביהמ"ד אלעסק וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט במשחתו פונעם מחותן די אלעסקער רבי שליט"א, באזונדער רינגען פון ידידים און מעריצים פונעם געהויבענעם מחותן הרה"צ רבי יואל שליט"א צווישן זיי די עסקנים און חברי ההנהלה פון אלע סאטמארער מוסדות, ווי דער מחותן דינט אלס דער מוליך ומביא להרחיב גבולות הקדושה אינערהאלב די קהילה, וכל הדבר הקשה קטון וגדול יביאון אליו.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק דושינסקיא וויליאמסבורג שליט"א, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, הגה"צ אב"ד רענדיק שליט"א, הגה"צ רבי הערשל שפיטץ שליט"א מביסטריץ, הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א אבד"ק אבני צדק קרית יואל חדב"נ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), און הגה"צ רבי יוסף מייזליש אבד"ק התאחדות התלמידים נייפעסט בארא פארק, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.


נאכן בענטשן און שבע ברכות האט בדחנא דמלכא הרה"ג ר' אלעזר קליין שליט"א אויפגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ מיט פאסיגע און קונסטליכע חרוזין. דער רבי שליט"א האט דערנאך געוונטשן לחיים און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. נאכן זינגען דעם אויסגעווייקטן אני מאמין איז דער רבי שליט"א אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד צום מצווה טאנץ, וואו מען האט מיט א פייער אנגעהויבן די באקאנטע 'זעקסטע הקפה ניגון' וואס האט ממש פארכאפט דעם גאנצן ביהמ"ד, ושלהבת עולה מאליה. דער רבי שליט"א, אנגעכאפט מיט דעם חתן, מחותנים, די ברודער אבד"ק זענטא און די שוואגער גאב"ד סאטמאר מאנסי, איז זיך פארגאנגען אינעם טאנץ אהין און צוריק, דערנאך אנכאפנדיג מיטן חתן האט די רבי כדרכו בקודש, ארומגעטאנצן דעם חלל מיט א שבח והודאה צום רבונו של עולם, "אהללה ה' בחיי".


דערנאך איז די רבי ארויס אין א ריקוד נלהב מיט בנו חביבו די מחותן הרה"צ רבי יואל שליט"א, און פון פריש האט זיך דער גאנצער ביהמ"ד געהויבן מיט א קול של שמחה וששון, עקסטער איז די רבי געטאנצן מיט די חשובע זיידעס אבד"ק חוות דעת און האדמו"ר מחוסט, און מיטן מחותן האדמו"ר מאלעסק. א באזונדערע ריקוד איז די רבי געטאנצן מיט אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א,  און דערנאך מיט די אלע קינדער און אייניקלעך פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר די זרע ברך ה', און מיט די שוואגערס קינדער פון הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל, בעת די אלפי חסידים טאנצן מיט בשמחה וחדוה.


נאכ'ן רבינס מצוה טאנץ האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט'ן אויסרופן די געהויבענע זיידעס האדמו"ר מחוסט, און הגה"צ אב"ד חוות דעת שליט"א, וואו מען האט אינצווישן די גראמען דערמאנט די פייערדיגע דרשה וואס דער רב שליט"א האט געהאלטן ביים מאסן פראטעסט אין מאנהטן קעגן די גזירת הגיוס דעם אנהייב ווינטער וואס ליגט נאך גוט אין די ביינער. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה ברוב רגש, דערנאך איז געטאנצן די מחותן הרה"צ רבי יואל שליט"א און צום שלוס די חתן וכלה, עס איז שוין געווען נאנט צו דריי אזייגער ביינאכט ווען די ציבור האט פארלאזט דאס ביהמ"ד נאכן געהויבענע שמחה אנגעפילט מיט השפעות טובות, מרומם על כל ברכה ותהלה.



bottom of page