ק"ק סאטמאר בית שמש לעבט מיט לעכטיגע "ימי ביקור" בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ארה"ק בכלל, און תושבי בית שמש בפרט, האבן מיטגעלעבט היסטארישע ימי אורה ושמחה, בצילו פון כבוד הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען אפרעכטן לעכטיגע "ימי ביקור" און דעם געהויבענעם "שבת ויחי" צווישן עדת חסידי סאטמאר תושבי בית שמש.
פארלאפענעם דאנערשטאג ויחי האט דער רב שליט"א מופיע געווען בשערי בית שמש, צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אליעזר וויזעל הי"ו, מחשובי חברי הנהלת הקהילה, נאכמיטאג איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לזכר נשמת האברך היקר מחשובי חברי הקהילה הרה"ח ר' מרדכי יואל פעקעטע ע"ה, וועלכער איז ליידער געווען טייל פון די 45 קדושי מירון, נאכ'ן פריצייטיג אוועקגעריסן ווערן ביים שרעקליכן טראגעדיע ליל ל"ג בעומר תשפ"א באתרא קדישא מירון.
דער רב שליט"א איז ערשינען אין שטוב פון זיין פאטער הרה"ח ר' יואל הערש פעקעטע הי"ו צום סיום כתיבת האותיות, און דאן ארויסגעפירט די ספר תורה אויפן גאס צום ריכטונג פון ביהמ"ד סאטמאר אין שכונת קנה בושם, ווי דער ציבור האט זיך געהויבן מיט לוסטיגע טענץ, טראץ די שלאקס רעגן וואס האט זיך דעמאלט אראפגעלאזט.
דערנאך איז פאר א לענגערע וויילע אין ביהמ"ד פארגעקומען גאר דערהויבענע טענץ פון די גאנצע קהלה, ווען אין צענטער באשיינט דער רב שליט"א אינאיינעם מיט די משפחה החשובה. נאכ'ן ענדיגן די ריקודין האט דער רב שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס ווארעמקייט. אויפדערנאכט איז פארגעקומען א סעודה לגומרה של תורה מיוחד פאר די בני משפחה.
נאך דעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געווען זמני כניסה, וואו דער רב שליט"א האט אויפגענומען חברי הקהילה בחדר הפרטי. אזוי אויך איז פארגעקומען אן אסיפה מיוחדת מיט עסקני העיר בית שמש, וואו מען איז איבערגעגאנגען ענינים בדברים העומדים על הפרק.
פון דארט איז דער רב אריבער אויף א באזוך צום שטוב פון הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א, גאב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ עדה החרדית וועלכע האט אויפגענומען דעם רב שליט"א מיט א חיבה יתירה, און עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס.
שפעטער איז דער רב שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד "נחלת חיים יוסף" דסאטמאר אין שכונת רמה ד' אין שטאט, ווי מען האט געדאוונט מעריב נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים, ביי וועלכן דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דברות קודש איבער די וויכטיגקייט פון דאווענען אין א סאטמארער ביהמ"ד, און שטארק משבח געווען די עסקני הביהמ"ד, נאך די דרשה איז פארגעקומען אן אסיפה מיוחדת מיט'ן רב שליט"א, וואו דער רב האט געהערט א באריכט מהנעשה והנשמע פון דעם בליענדן סאטמארן ווינקל אין רמה ד'.
די קלימאקס איז געווען די געהויבענע שבת וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך פילע חסידי סאטמאר פון ירושלים, בית שמש און ווייטערע געגענטער, און אזוי אויך תלמידי ישיבה גדולה סאטמאר אין קוממיות און נאך בחורי חו"ל וואס לערנען אין ארץ ישראל וועלכע האבן זיך אריינגעצויגן מיטצוהאלטן דעם היסטארישן שבת.
א שעה נאכ'ן זמן הדלקת הנרות איז דער רב שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד. נאך א דערהויבענע קבלת שבת איז דער ציבור אריבערגעגאנגען פאר העכער א שעה צייט וואונטשן דעם רב א גוט שבת. נאכ'ן דאווענען זענען פילע תושבי העיר ואנשים חשובים געקומען באגריסן דעם רב שליט"א בברכת שלום עליכם וגוט שבת.
די באטע פרייטאג צונאכטס אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול האט זיך פארצויגן נאנט צו דריי שעה בשירות ותשבחות לקל אשר שבת ברא, מיט די השתתפות פון א ריזן ציבור חסידי סאטמאר, און רבני ותושבי העיר, דער ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט מיט זעקס שטאק פארענטשעס פון ביידע זייטן פאר די בחורי חמד און אברכי הקהלה.
ביים באטע האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט הרה"ג ר' לייבל סאבאוויטש שליט"א, מרא דאתרא רמה ה' בבית שמש, הרה"ג ר' נתנאל בראנסדארפער שליט"א, דומ"ץ ק"ק תולדות אברהם יצחק, הרה"ג ר' ארי' לייב ווייס שליט"א, דומ"ץ ק"ק תולדות אהרן, הגה"צ רבי מנחם נחום קאהן שליט"א, אב"ד תולדות אהרן גבעת ירושלים בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, הרה"ג ר' חזקי' יוסף כהן שליט"א, מרבני ראחמסטריווקא, און הרה"ג ר' שמעון אלי' ברוין שליט"א מרבני ק"ק ברסלב.
ביים באטע האט דער רב שליט"א צוויי מאל געזאגט תורה, און געוואונטשן לחיים פאר כל הקהל הקודש, ביים סוף פונעם באטע האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע וויילע, נאכ'ן באטע האט מען אהיימבאגלייט דעם רב לבית האכסניא.
שבת אינדערפרי ביי חברת תהילים פאר די קינדער איז דער רב שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד צו אמירת תהלים, און מיטגעזאגט תהילים מיט די ילדי החמד. דערנאך האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן פאר די ילדי התשב"ר איבער די גרויסקייט פון זייער תהילים זאגן און ווי שטארק כלל ישראל נויטיגט זיך אין די תפילות פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.
כמעשהו בליל שבת קודש כל מעשהו ביום השבת קודש, האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו שחרית, דאס דאווענען איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט בהתרוממות הנפש, די עליות זענען פאסיג איינגעטיילט געווארן פאר די חסידים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים לטובת גמר בניית בנין ביהמ"ד הגדול והחדש. נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א הערליכע ברייטע קידוש פאר'ן גאנצן ציבור, לרגל דער הכנסת ספר תורה לע"נ ר' מרדכי יואל פעקעטע ע"ה.
שבת אינדערפרי האט דער רב שליט"א געגעסן די סעודה אינאיינעם מיט העכער אכציג בחורי הקהילה אין ביהמ"ד תפארת ירושלים וואס געפינט זיך הארטן נעבן דעם נייעם ביהמ"ד, ווי ער האט במשך די סעודה משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורי חמד.
ביי של"ס האט זיך אנגעזען א שיינער אויבן אן פון פילע אנשים חשובים תושבי העיר און פון אנדערע געגנטער, דער הויכפונקט איז געווען די דברי תורה פונעם רב שליט"א, שטייענדיג ערב די הייליגע ימי השובבי"ם, ווי דער רב האט שטארק ארומגערעדט אינעם דעם ענין פון שמירת עינים.
נאך מעריב האט דער רב שליט"א געמאכט הבדלה ברוב עם און דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט וואך במשך א דריי פערטל שעה. דאן האט מען אהיימבאגלייט דעם רב לבית האכסניא.





















