האד' מזוועהיל געוויילט שבת אין בארא פארק; מיטגעהאלטן תפילות און טישן בצל דודו האד' מראחמיסטריווקא
- Bechatzros admin
- לפני 24 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, יוסף שלום ש.,JDN
פארלאפענעם שבת ויחי העעל"ט האט כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת בצל הקודש פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין בארא פארק, זייענדיג צוגאסט אין ניו יארק לטובת מוסדותיו. פרייטאג צונאכטס נאכן סעודת שבת האט דער רבי אפגעראכטן א באטע בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים בראד שליט"א ווי דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און איז דערנאך אריבער צום טיש פונעם פעטער דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א, וואו ער איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד.
שבת צופרי איז דער רבי מכובד געווארן מיט פתיחת הארון און מיט די עלייה פון שלישי. נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אויף קידוש בביתו נאוה קודש פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א ווי מ'האט ארומגעשמועסט איבער די בעפארשטייענדע יארצייטן פונעם רמב"ם און דער בני יששכר.
מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלוה מלכה אין ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא אין סטעטן איילענד און אויפגעטראטן מיט דברות קודש פאר די בחורים ארומרעדנדיג מיט דברי התעוררות דברי הכנה לקראת ימי השובבי"ם.
אין די נאכפאגנדע טעג האט דער רבי אפגעשטאט באזוכן ביי די אדמור"י העיר בארא פארק, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א לקראת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר די קומענדיגע חודש שבט אין ארץ ישראל.
מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן אינאיינעם מיט א געלט אקציע לטובת די זוועהילער מוסדות, אין שטוב פון הרה"ח ר' פינחס ווילהעלם הי"ו. אזוי אויך האט דער רבי קובע מזוזות געווען אין די נייע דירה פון הנגיד בנש"ק ר' יוחנן טווערקי הי"ו נכד צדיקי בית ראחמיסטריווקא.











