top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מנהיגי הדור זענען מטכס עצה איבער נייעם חוק הגיוס ביי אסיפת "מועצת גדולי התורה"; החלטה דערווייל אומבאקאנט

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין די אנגייענדע אנטוויקלונגען אנבאלאנגט דעם גזירת הגיוס בארה"ק איז דעם היינטיגן מיטוואך שמות לסדר "ויצא אל אחיו וירא בסבלותם" אפגעהאלטן געווארן א קריטישע אסיפת גדולי האדמורי"ם פונעם מועצת גדולי התורה אגודת ישראל, דן צו זיין איבער'ן נייעם חק הגיוס וואס איז יעצט דער ברענענדיגער נושא עומד על הפרק בעת עס שוועבט די גזירה נוראה אויף די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בני הישיבות והכוללים.


אין די טעג בעפאר איז אפגעהאלטן געווארן כסדר'דיגע באראטונגען צווישן די גדולי ישראל פון די ליטווישע און חסיד'ישע קרייזן, וואו מ'האט בכובד ראש און שיקול דעת תורה דן געווען איבער דעם חומר הנושא.


די אסיפה איז פארגעקומען אין די זאלן פון די בעלזער מיידל שולע "בית מלכה" אין די שכינות פון קרית בעלזא אין ירושלים, מיט'ן השתתפות פון א פילע גאלעריע גדולי האדמורי"ם פון אלע שיכטן און קרייזן אונטער די ראמען פון אגודת ישראל, בראשות כ"ק האדמורי"ם מגור, בעלזא, וויזניץ, צאנז, באיאן, סערט וויזניץ, מודזיץ.


די אסיפה האט זיך פארצויגן אויף אנדערהאלבן שעה, ווען עס שוועבט אין די לופט א גאר ערנסטע שטימונג ווען די גדולי ומנהיגי הדור זענען נושא ונותן איבער די ריכטיגע צוגאנג צום נייעם חוק הגיוס.


כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א האט זיך נישט געקענט באטייליגן צוליב א שוואכקייט, און האט אפגעשיקט א ספעציעלן מכתב קודש וואס איז אויפגעליינט געווארן ביי די אסיפה, ארויסברענגענדיג זיין גאר שארפע שטעלונג אז "מיר שטעלן זיך קעגן יעדן סארט געזעץ וואס לייגט ארויף שטראפן און סאנקציעס אויף לומדי תורה, מיר וועלן נישט איבערלאזן די היכלי הישיבות אין קיין שום פאל".


אויך איז אפגעשיקט געווארן א מכתב קודש צו די אסיפה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף אין שווייץ אויף אפרוה, וואו דער רבי שליט"א שטעלט קלאר אז מ'שטייט בכל תוקף ועוז נישט צו מאכן קיין שום פשרה און מ'וועט נישט איינגיין אויף קיין שום הסכם וואס ווערט געמאכט קעגן לומדי תורה, און בוודאי האבן מיר נישט קיין רשות מוותר צו זיין אויף קיין שום נפש מישראל. בשעת די אסיפה האט מען אריינגערופן הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א ראש ישיבת בעלזא וועלכע האט בשליחות ובנוכחותו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איבערגעגעבן חוות דעת קדשו איבער די גזירה און די ריכטיגע וועג איר צו באקעמפן.


כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א איז אויך אפוועזנד געווען, וויילנדיג די יעצטיגע טעג אויף א באזוך אין אמעריקע לטובת מוסדותיו.


אנדערש ווי די געווענליכע אסיפות המועצת, ווען צום סוף טוען די אדמורי"ם אריינרופן די חברי הכנסת און איבערגעבן זייער החלטה, איז די אסיפה געשלאסן געווארן אן אריינרופן די חברי הכנסת, און די החלטה איז דערווייל א געהיימניס, און די הוראת הקודש פון די אדמורי"ם איז געווען אז מ'זאל לעת עתה נישט ארויסגעבן קיין שום אפיציעלע הכרעה פאר'ן ציבור אדער פאר פאליטישע פארשטייער.


נאך די אסיפה האבן זיך די רבי'ס געזעגנט און זיך אהיימגעקערט למעון קדשם.


bottom of page