האד' מסאטמאר באשיינט מסיבת שבע ברכות פון נכד הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אין שכונת פרי מגדים אין קרית יואל
- Bechatzros admin
- 7 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.
פארלאפענעם זונטאג נאכט איידערן אפרייזן קיין פאלם ספרינג למנוחת הנפש האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א רב ביהמ"ד בית חיים דוד דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב יעקב שרגא לויפער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בעריש לויפער שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד בית חיים דוד אין שכונת פרי מגדים צוגעשטעלט דכבודו פונעם מחותן דער רב הביהמ"ד.
עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א שיינער שמועס צווישן רבי'ן און דיין שליט"א. זייענדיג אין די נאכט פון די הילולא פון הגה"ק בעל ארי דבי עילאה זי"ע האט דער שמועס זיך באצויגן איבער א תשובה פונעם בעל הילולא. אינצווישן האט דער שמועס זיך אויך פארצויגן מיטן מחותן אבי החתן הרה"ג רבי יעקב שרגא לויפער שליט"א, איבער דעם קרבות משפחה מיטן רבי'ן שליט"א, זייענדיג אן אייניקל פון הרבנית הצדיקת מסיגוט ע"ה, א"ח הגה"ק בעל קדושת יום טוב מסיגוט זי"ע.
בין השיחים האבן די רבני השכונה, צווישן זיי הגה"צ רבי מרדכי פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד יראי ה' שכונת ברוך טעם, איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א גרוס פון די שיינע בליענדע שכונה, ובפרט פונעם חשוב'ן דומ"ץ הביהמ"ד דער אבי החתן, וועלכער גיט זיך אוועק בלב ונפש להרמת קרן התורה, ובפרט מפקח צו זיין אויפ'ן מהודר'דיגן עירוב פון די געגענט.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, ובין הדברים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט וואס ער הערט כסדר צוריק פון דעם שיינעם בליה און וואוקס פון די געגענט ברוחניות ובגשמיות, און פון דעם שיינעם ביהמ"ד פאר וועלכן דער דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א גיט זיך אוועק בלב ונפש, ולא נצרכה אלא להעדפה אז די מתפללים זאלן שפירן דעם אחריות צו קומען בזמן צום דאווענען און מיטארבעטן כאיש אחד בלב אחד פאר די ווייטערדיגע הצלחה פון דעם שיינעם מקדש מעט.
נאכן וואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידן שליט"א, האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם טאנץ מיטן חתן שליט"א און דערנאך מיט די מחותנים שליט"א. עקסטער האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל עת שמחת לבבו. דאן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיטן ניגון כי מלאכיו לרגל די נסיעה קיין פאלם ספרינגס אויף אפרוה.




















































תגובות