top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה וגדולה: טיפזיניגער שיעור דורך הנגיד התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס איבערגעגעבן אין חצר הקודש מודזיץ

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין דער מודזיצער הויף אין בני ברק, דורך דעם באקאנטן נגיד און תומך תורה, הרבני התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס, וועלכער איז אין די טעג צוגאסט אין ארץ ישראל.


ר' צבי שיחי' וועלכע איז א תומך ומחזיק תורה און אליינס באקאנט אלס א למדן און יודע ספר, און דער מחבר פון די בארימטע ספרים רץ כצבי, איז שטארק אדוק ומקושר צו חצר הקודש מודזיץ, נאך פון אלס קינד ווען ער איז אויפגעוואקסן אין תל אביב און זיך געדרייט ביי די פריערדיגע מודזיצער רבי'ס, דער אמרי אש און דער נחלת דן זכר צדיקים לברכה.


ביי זיין איצטיגער באזוך אין ארץ ישראל איז ער פארבעטן געווארן איבערצוגעבן א שיעור אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש מודזיץ אין בני ברק, וואו הונדערטער אינגעלייט און תלמידי חכמים האבן מיטגעהאלטן דעם טיפזיניגן שיעור אין די סוגיא פון מלחמת מצוה און פיקוח נפש, און נושא ונותן געווען מיט אים במלחמתה של תורה. דער שיעור איז געווען מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכער האט מיטגעהאלטן דעם שעור צווישן דעם פילקעפיגער ציבור.


בעפארן שיעור האט דער מנהל המוסדות הרב יחזקאל באקנרוט הי"ו אויפגענומען דעם חשובן גאסט מיט טרעפליכע דיבורים רעדנדיג בשבחו פונעם נדיב וועלכע גייט אין די פיסטריט פון זיין פאטער הרה"ח ר' יהושע העשיל ז"ל וואס איז אויך געווען א מוסטער פון א ביזנעס-מאן וואס איז געווען דבוק אין תורה, און די געוואלדיגע זכותים פון ר' צבי, וואס האט געהאט א גרויס חלק אין די אויפבוי פונעם נייעם גיגאנטישן מרכז העולמי דחסידי מודזיץ.


נאכן שיעור איז דער נדיב אריין בקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וועלכע האט אים אויפגענומען מיט גרויס הערצה, און מען האט זיך באלד אריינגעלאזט אין א תורה'דיגן שמועס אין די סוגיא פונעם שיעור. נאכן באזוך בקודש פנימה איז ר' צבי ארומגעוויזן געווארן אינעם גאנצן מרכז העולמי ההולך ונבנה אין וואס ער אליין האט ווי געזאגט גענומען א חלק דערין.


זייענדיג אין ארץ ישראל האט דער נגיד אויך באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, און אויך פארגעלערנט א שיעור עיון בבית מדרשו פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין ירושלים.



bottom of page