שיינעם מסיבת שבע ברכות אין אכסניא פון גאב"ד קרית צאנז ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג
- Bechatzros admin
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

דעם דינסטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט ביים שמחת השבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך גיסו הגה''צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט''א מרבני קהילת צאנז קלויזענבורג, די שמחה איז פארגעקומען בבית האכסניא פונעם רב שליט"א אין שטוב פון הנגיד ר' יחזקאל שימאן הי"ו מחשובי חסידי צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק. צו די שמחה זענען געלאדענט געווארן די משפחת המלוכה צאצאים פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, צווישן זיי דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, וואו מען האט אינאיינאם פארברענגט בנועם שיח.
מיט בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע גאב"ד אודאווארי און די רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות ראשונות. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער האדמו"ר מצאנז זוועהיל. נאכן בענטשן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה מיט די חתן, מחותנים און זיידעס און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער גאב"ד קרית צאנז ירושלים און זיין זון דער מחותן. דערנאך האט די רבי אנגעוואונטשן די חתן כלה און איבערגעלאזט ברכת קדשו פארן בעל האכסניא.
נאך די שמחה איז דער רבי פארבליבן דארט אין שטוב וואו ער האט פריוואט פארברענגט מיט די שוואגער גאב"ד קרית צאנז און די שוועסטער די רעבעצען ביז שפעט ביינאכט.
























