top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי באבוב אנטיילגענומען ביים מאסיוון "יחידי סגולה" דינער לטובת מוסדות באבוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

מאסן באבובער חסידים זענען דעם פארלאפענעם מוצאי שבת קודש ארויסגעקומען בהמוניהם צו שטיצן בגוף ובממון די ריזן תורה אימפעריע פון תלמוד תורה בני ציון און ישיבה קטנה כרם שלמה ד'באבוב, און בו בזמן ארויסצייגן הכרת הטוב צו די הונדערטער מחנכים און מרביצי תורה וואס לייגן אריין איבערמידליכע כוחות אין ילדי ציון היקרים.


די מלווה מלכה איז פארגעקומען אין די פראכטפולע הייטנער זאל אינעם ריזן בנין התלמוד תורה וואס איז געווען הערליך און מלכותדיג אויסגערישט מיט א דריי שטאקיגע אויבן אויסגעשוהרט מיט די מנהלים מלמדים און מרביצי תורה, און טויזנטער זיץ פלעצער פאר די פילע משתתפים און הורי התלמידים. דורכאויס די מסיבה האבן מהנה געווען בפרקי שירה די בארימטער מקהלת וויזניץ און באגלייטונג פון א ארקעסטרע אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' מאטי מיללער הי"ו.


מיט פתיחת המעמד האט אויפגעטרעטם דער יושב ראש הרב משה שמואל ריגער הי"ו, אייניקל פון הרבני הנגיד ר' אברהם יעקב ריגער הי"ו מעמודי התווך פון די תלמוד תורה. דאן איז פארגעשטעלט געווארן געווארן א גייסטרייכע פרעזענטאציע אנגעפירט דורך הרב פינחס מאיר ווימער הי"ו מחשובי חסידי באבוב אין ארצינו הקדושה וואס האט בפרקי שירה געשילדערט די עבודת החינוך המסורה לנו מדור דור.


דערנאך איז דער נשיא המוסד כ"ק אדמור מבאבוב שליט"א ערשינען אינעם זאל לקול תרועת הזמר. בנוכחתו פונעם רב שליט"א האט אויפגעטראטן דער גאסט רעדנער הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר וואס האט במתק לשונו ארומגערעדט בעניני חינוך בזמנינו און עצות והדרכות ישרות.


נאכן זינגען די זמירות פון מלוה דמלכה האט דער רב שליט"א אין אן איבערראשאנדע שריט אויסגערופן אז בנדבת לבו פון א חשוב'ן נדבן הרוצה בעילום שמו הי"ו וועט ער פארטיילן א הערליכע סכום פאר יעדן מלמד באזונדער, ארויסצוווייזן דעם חשיבות און שעצונג וואס מען האט אויף זייער עבודת הקודש און זיי מחזק זיין אויף ווייטער בהצלחה מרובה. עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי אלע כלי קודש, מלמדים ומחנכים פון אונזער מבצר החינוך זענען אדרוך געגאנגען דעם רב שליט"א אפצונעמען דעם נתינה, באגלייט מיט ברכת צדיק.


באלד דערנאך איז צוגעקומען הנגיד מוה"ר ר' חיים זיגער הי"ו און איבערגעגעבן פארן רב שליט"א אז אויך ער וועט נעמען א חלק אין דעם און לכבוד פסח וועט ער בעז"ה טיילן $500 פאר יעדן כלי קודש אין די מוסד, אלס הכרת הטוב פאר די גרויסע נחת וואס זיינע אייניקלעך ברענגען אים בכל עת, און בפרט אין די ימים טובים מיט די ניגונים און ידיעות מיט וואס זיי זענען אזוי בארייכערט. דער רב שליט"א האט דערביי ארויסגעהויבן בשבחו פון די חשובע נתינה און מכריז געווען ברבים, ממנו ילמדו וכן יעשו, כלשונו. דערויף זענען ארויפגערופן די גרעסערע נדיבים בעם נעמען לחיים פונעם רב שליט"א וואס האט יעדעם געוואונטשן במאור פנים.


נישט לאנג דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן אמרי קודש פונעם רב שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' און התחזקות אז אפילו אין אזא שווערן דור קען מען ווייטער אויפציען ליכטיגע דורות וואס האבן דעם צלם אלוקים אויף זייערע פנימער, א דאנק זכות אבות און די געטרייע עבודה פון די מחנכים אינעם הייליגן מוסד.


דערנאך האט דער רב שליט"א אדרעסירט דאס וויכטיגע מסכת פון טעכנאלאגיע, איר סכנה, די חורבנות, און די שנעלקייט מיט וואס עס פארכאפט דעם מענטש, ווי א מצודה רעה וואס מען באמערקט ערשט ווען עס איז צו שפעט. דער רב שליט"א האט געזאגט אז מ'מוז מטכס עצה זיין וויאזוי מען וועט בייקומען די נסיונות און זיכער מאכן אז אונזערע שטובער זענען באשיצט מכל מרעין בישין.


באזונדער האט זיך דער רב שליט"א אויסגעדרוקט מיט גאר שארפע לשונות קעג די AI ערפינדונג וואס די יצר הרע פרובירט אריינצוכאפן ערליכע אידן דערין, און אויסגעשמועסט אז בקרוב וועט מען בתוככי הקהילה טוען נאך פעולות לגדור גדר ולעמוד בפרץ אין די נושא פון טעכנאלאגיע. 


מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הרב אברהם יעקב ריגער וואס האט דערמיט מכבד געווען זיין זון וואס דינט אלס מרביץ תורה אין ישיבת כרם שלמה.



bottom of page