top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל די וואך אויפן הר הזיתים.


בבית אלוקים נהלך ברגש: הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א בן האדמו"ר מפשעווארסק ביים ארויסהעלפן אן עלטערער מלמד פון די בעלזער תלמוד תורה אין אנטווערפען אנקומען צום חדר אין א זעלטענע הויכע שניי וואס האט באפאלן די שטאט אנטווערפן.


נעכטן הארט איידער האדמו"ר מסאטמאר איז ארויס צום קבלת פנים פון די שמחה הגדולה, די חתונה פון אן אייניקל, איז הנגיד הטפסר ר' יואל לאנדא שליט"א, אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה צוזאמען מיט בנו החתן, ווי דער רבי האט געבענטשט דעם חתן ביום שמחת לבו. דער רבי שליט"א האט זיך דערביי באדאנקט מעומק לבו הטהור פאר די ריזיגע חלוקה ביום החופה וואס רבי יואל האט זיך געלאזט קאסטן פאר אלע הונדערטער מלמדים  ומנהלים, מגי"ש ומרביצי תורה, טיטשערס און מנהלות שיחיו פון די סאטמארע מוסדות, און עקסטער א חלוקה נכבדה פאר אלע בני הכולל פון די כולל אימפעריע דחסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מפינסק קארלין באזוכט אין היכל ישעי' אין וויליאמסבורג ווי עס ווערט אפגעקאכט און פארטיילט עסן פאר אידן גענצליך בחינם לע"נ הרה"ק רבי ישעי' בן רבי משה זי"ע מקערעסטיר.


ביי די חופה די וואך בשמחת בית סאטמאר האט די זיידע הגה"צ אבד"ק בערטש שליט״א איבערגעגעבן פארן סאטמארער רבי׳ן שליט״א א ירושה בעכער פון זקינו הרה״ק רבי ישעי׳ מקערעסטיר זי״ע וואס איז מונח באוצרו, און אויף דעם בעכער האט דער רבי שליט״א געזאגט די ברכות ביים חופה.


גאב"ד קרית צאנז ירושלים באגלייט ארויס גיסו האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג פון זיין אכסניא אין בארא פארק נאך די שבע ברכות פון א אייניקל, דער רבי שליט"א ווערט געזעהן אנכאפנדיג זיין פלעמניק הרה"ג ר' דוד ווייס שליט"א פון ירושלים.


הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר שליט"א ביים מיטהאלטן דעם יארצייט טיש פון הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע בצל האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג כעבדא קמיה מריה.


הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א מיט א גרעסערע קבוצה אידן ביים ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע דעם מוצאי שבת העעל"ט אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא.


הערליכע סעודת ליל שבת אנגעגרייט בבית הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא וואו עס האבן מיסב געווען די עלטערע בחורים פון שיעור ד' אין די מתיבתא הקדושה אין שיכון סקווירא.


האדמו"ר מזידיטשוב באר שבע באזוכט ביי האדמו"ר מקאסאן נאכן וויילן שבת אין שטאט לינדען אין ביהמ"ד זידיטשוב בנשיאות בנו הרה"צ רבי יהושע פרץ שנעבאלג שליט"א.


ביים סעודת שלושים פון הגה"צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל בבית מדרשו פון אחיו הגה"צ אבד"ק ערלוי בארא פארק שליט"א, ווערט געזעהן הרה"צ רבי שלום צבי סופר בן אחיו האדמו"ר מערלוי.


המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א מערקט "קרישקעס" אויפן אל-על פליגער אהיים קיין ניו יארק ביים אריינבלאזן א גייסט פון חיזוק פארן פילאט אים מקרב צו זיין צו אידישקייט.


העסקן הרב יהושע מאנדל הי"ו סגן ראש העיר בני ברק בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא לקראת די חתונה פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת.


משפחת המלוכה: הערליכער ריקוד פון אלע צאצאים פון האדמו"ר מסאטמאר בליעה"ר, ביים חתונה פאריגע וואך א קרית יואל.


המביא דורון לתלמיד חכם: המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א שיקט א טייערן פלאש יין ישן אלס מנחת ביכורים פאר ידידו ורעו האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א, וואו ער טוט דערביי אויסדרוקן זיין אהבה צו רבי דוד'ן מאז ומקדם.


הרב ליפא האגער נכדו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ ווערט געזעהן ביים שמחת החתונה די וואך לבן העסקן ר' יהושע מאנדל סגן ראש העיר בני ברק, קומענדיג ספעציעל צופארן פון אמעריקא לכבוד די שמחה.


האדמו"ר מקארלסבורג שפאצירט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג גייענדיג צו א שמחה די וואך.


שיין בילד פון הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א ביים פארלאזן די אכסניא אין בארא פארק, גייענדיג צום דאווענען ערב שב"ק.


אין א ריכטיגן שריט וואס דעמאנסטרירט דעם תורה'דיגן מהלך פון  ערליכע תורה-טרייע גלות אידן, מערקט "קרישקעס" דער שר העסקנים  הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א מיט יד ימינו הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטערן הי"ו, ביים איינשווערונג צערעמאניע פונעם נייעם מעיאר אין ניו יארק סיטי זוהאראן מאמדאני.


הגה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א חדב"נ האדמו"ר מסאטמאר ביים ערשטן יארצייט סעודה פון הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל, בראשות בנו ממלא מקומו הרה"צ רבי איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג בבית מדרשו.


ערהאבן בילד בעפאר דעם שבע ברכות אין ביהמ"ד נאדבורנא אין קרית יטב לב לכבודו פון האדמו"ר מנאדבורנא בלומינגבורג וואו די משתתפים לערנען צוזאמען דעם טעגליכן שיעור דורך דעם מגי"ש הרב בנציון יואל יאקאבאוויטש הי"ו.


דעת קדשו ודבר הלכה פון האד' מסאטמאר איבער שרייבן סת"ם בליל ניטל נתפרסם אין גליון "קול התאחדותינו".


הונדערטער אידן ביים שטיין אין די רייע פארנט פון ביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מסאטמאר, וועלכער האט פארטיילט גרויסע סומעס צדקה ביום החופה פון אן אייניקל נעכטן נאכט.

אינעם זעלבן טאג האבן הונדערטער גבאי צדקה באלאגערט דעם נייעם ביהמ"ד אור החיים ריבניץ אין וויליאמסבורג וואו הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט פארטיילט ריזיגער סכומים פאר צדקה צוועקן ביום החופה פון בנו החתן.


נאסטאלגיע: אינטערסאנטע עפיזאד וואו הגאון רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל גאב"ד אנטווערפען (יארצייט ט"ז טבת) איז מכבד הגאון רבי יוסף צבי דוננער זצ"ל ראב"ד לאנדאן מיט סידור קידושין ביי א חתונה פון אן אייניקל ביים ראש בית דין פארגעקומען אין אנטווערפען. ווען דער ראב"ד האט קאטעגאריש אפגעזאגט דעם כיבוד זאגנדיג אז סידור קידושין באלאנגט פארן שטאטס רב, האט הרב קרייזווירטה זיך אנגערופן מיט זיין אייגנארטיגע צוגאנג אז ער איז אים ממנה אלס רב אין שטאט פאר 10 מינוט...


אייגנארטיגע ספעציעלע אויפלאגע פון ספה"ק על הגאולה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין א טאש פארמאט לשמירה והצלחה, מיטצונעמען ביי געריכטן וכדומה.


האדמו"ר מישועת יעקב סקולען באטייליגט זיך ביים מלוה מלכה דעם מוצאי שבת בצילו פון הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מסאטמאר איז מפריש צדקה פארן כולל עצי חיים - צדקת רבי מאיר בעל הנס, לידיו פונעם נשיא הכולל אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א.


ביי די גרויסער סאטמארער חתונה די וואך מערקט "קרישקעס" א שיינעם ריקוד צווישן דער מחותן הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית ברוך קרית יואל מיטן בארימטער משורר בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו מחשובי מתפללי הביהמ"ד.


פארלאפענעם מוצאי שבת בלויז געציילטע שעות בעפאר די פטירה פון הרה"ח ר' קלמן מיסקי ע"ה משב"ק הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע האט האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג מבקר חולה געווען ר' קלמן דורכן טעלעפאן, נאכן הערן איבער דעם פארערגערונג אין זיין מצב אריינקומען צו מלווה מלכה אין ביהמ"ד.


האדמו"ר מפינסק קארלין אויף א באזוך די וואך ביי הגה"צ רבי בערל לייפער אבד"ק נדבורנא לעיקוואד בן האדמו"ר מנדבורנא בארא פארק.


האדמו''ר מאלעסק ארץ הקודש וואס דינט אלס משגיח אין ישיבת קדושת ציון אין קרית באבוב באזוכט די וואך ביי האדמו"ר מבאבוב אין בארא פארק.


הגאון רבי אשר שטערנבוך שליט"א בנו חביבו ויד ימינו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווערט געזעהן אין עיר התורה לעיקוואד גייענדיג צו תפילת שחרית מעוטף בטלית ותפילין.


הגאון רבי בנציון מוצפי שליט"א מגדולי חכמי ספרד באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א וואו ער האט פארבעטן פונעם גאון צו קומען זיך משתתף זיין ביים עצרת הרבבות - קול שוועתם, קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, און ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט די אסירי ציון מאחינו הספרדים וועלכע זענען ליידער געפאלן אלס קרבנות פונעם צבא השמד.


האדמור"ים לבית סקולען אין א שמועס ביים לוויה די וואך פון הרה"ח ר' קלמן מיסקי ע"ה משב"ק הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע פארנט פון סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן פלארידע נאכן מבקר חולה זיין ביי הנגיד החסיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו אין שפיטאל.


הרב בנציון שטאנגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ ווערט געזעהן בסוד שיח מיט הרב אהרן פריעד נאמן בית האדמו"ר מבעלזא, ביים כינוס המועצת נעכטן מיטוואך נאכט אין ירושלים.


האדמו"ר מפינסק קארלין קוקט זיך אום אין די נייע פראכטפולע מקוה אין די נייע ביהמ"ד אור החיים ריבניץ אין וויליאמסבורג, וואס איז אויפגעבויעט געווארן דורך הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו.


הרה"ג ר' פנחס בינעט שליט"א משפיע אין קהילת בעלזא בארא פארק טרעט אויף מיט דברי התעוררות וחובת שעה, נאך הבדלה דעם מוצאי שבת בחצר הקודש בעלזא, וואו ער האט מעורר געווען דעם ציבור איבער די סכנה פון די טעכנאלאגישע כלים, לכבוד שבת טהרינו וואס איז באשטימט געווארן דורך האדמו"ר מבעלזא אלס שבת טהרינו.


הרה"ג ר' שמואל הורוויץ שליט"א ר"מ בישיבת באבוב לאנדאן באזוכט אין די היסטארישע לאנדאן מוזעאום דעם ניטל אין באגלייטונג פון א קבוצה חסידים ואנשי מעשה.


הונדערטער חסידים זקנים עם נערים גייען אריבער כבני מרון ביי האדמו"ר מסאטמאר, וישא אהרן את ידו על העם ויברכם מיט ברכות טהורות ביום החופה פון א אייניקל.

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א אין א פייערדיגער ריקוד מיט הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ובנו החתן, קומענדיג ספעציעל צופארן קיין ניו יארק צום חתונה.

האדמו"ר מביאלא פארברענגט מיטן שווער האדמו"ר מקאפיטשניץ ביי א חתונה פון אן אייניקל פונעם קאפיטשניצער רבי די וואך אין ניו יארק.


הגאון רבי ירוחם אולשין מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באגריסט הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק מיט א חיבה יתירה, ביים אסיפת רבנים אין לעיקוואד איבער די געפאר פאר AI טעכנאלאגיע.


האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אנקומענדיג אויף א באזוך ביים ברודער האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, היינטיגן ליל שישי.


האדמו"ר מלוצק מערקט "קרישקעס" גייענדיג אויף די מאנטריאלער גאסן אין די ביטערע פרעסטן.


דער אלעמען באקאנטער משמח אלוקים ואנשים ר' וועלוול קירנשבוים הי"ו מערקט "קרישקעס" ביים אונטערהאלטן דעם עולם ביים גרויסן עקספאו די וואך דורך קהילת קארלין סטאלין אין ארה"ק.


הגה"צ ר' שריהו יונה טווערסקי שליט"א האדמו"ר טריסק מאנטריאל באזוכט אין די אכסניא פון האדמו"ר מלוצק אין שטאט מאנטריאל.


די גערער גווארדיע ביים אסיפת מועצת גדולי התורה די וואך, הרב לייבל פיזנצבסקי משב"ק האדמו"ר מגור, הרב חנוך זייברט מעיאר פון בני ברק און הרב מרדכי בבציק נאמן בית האדמו"ר מגור.


נאך פון אונטער די קוליסן ביים מועצת: הרב משה לייב רוטנער משב"ק האדמו"ר מסערט וויזניץ און הרב אהרן ווינד משב"ק האדמו"ר מבעלזא.


האדמו"ר מסאטמאר באזוכט ביי הנגיד ר' מרדכי צבי קאהן הי״ו ראה״ק סאטמאר מאנטריאל, אין זיין שטוב אין מיאמי, בעת דעם רבינס קורצע באזוך די וואך אין פלארידע.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן אין א ריקוד מיט האדמו"ר מהארדענקא, ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל אין לאנדאן די וואך.


דער מכתב קודש פון האדמו"ר מסלונים וואס איז אויפגעליינט געווארן ביי די אסיפת מועצת גדולי התורה, וואו די רבי ברענגט ארויס זיין גאר שארפע שטעלונג אז "מיר שטעלן זיך קעגן יעדן סארט געזעץ וואס לייגט ארויף שטראפן און סאנקציעס אויף לומדי תורה, מיר וועלן נישט איבערלאזן די היכלי הישיבות אין קיין שום פאל".


האדמו"ר מקאפיטשניץ ערשיינט צו די חתונה פון א אייניקל די וואך אנגעכאפט שלובי יד מיט ש"ב האדמו"ר מקאפיטשניץ פון בארא פארק.


שיין בילד פון האדמו"ר מדושינסקיא ביים אויפהייבן דעם כוס צו ברכת המזון פארן ברודער אבד"ק דושינסקיא בית שמש ביי שלש סעודות פאריגע וואך אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין בית שמש.


האדמו"ר מקאסוב באגריסט זיך מיטן פעטער האדמו"ר מקאסוב וויזניץ ביי א משפחה שמחה פאריגע וואך.


הנגיד התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס אויף א באזוך די וואך ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אין ירושלים.

ביים ערשטמאליגן עקספאו דורך ק"ק קארלין סטאלין מערקט "קרישקעס" שלוחי דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש, און דער שריפטשטעלער ומחבר ספרים הרב טוביה פריינד.


האדמו"ר מצאנז זוועהיל איז עוסק בתורה צווישן די בחורי חמד נאכן שבת התאחדות וואס די רבי האט געפראוועט מיט די בחורים אלס הכנה דרבה צו די שובבי"ם וואכן.


הרה"ח ר' חזקי' ראנזבערג הי"ו מראשי העסקנים בחצר הקודש באבוב ערהאלטן לחיים פון האדמו"ר מבאבוב ביים דינער פאריגן מוצאי שבת לטובת מוסדות באבוב.


פילע אדמור"ים ורבנים סביב לשולחן איידערן ערשיינען צום גראנדיעזן מעמד הסיום דורך מפעל "שיננא" היינטיגן ליל שישי אין ירושלים.


אבי סלמה מעיאר קאנדידאט אין נתניה באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז מקבל זיין ברכת קדשו צו די בעפארשטייענדע וואלן.


האדמור"ים מלעלוב ניקלשבורג און סטראפקוב אין א באגעגעניש די וואך ביים ציון הרשב"י אין מירון.


האדמו"ר מבאבוב באדאנקט דעם מגיד מישרים הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א נאכן אויפטערטן אלס נואם הכבוד ביים יעלריכן דינער דעם מוצאי שבת לטובת די באבובער מוסדות.


bottom of page