top of page
האד' משומרי אמונים אויף קורצע נסיעה למקומות הקדושים אין פוילין לרגל הילולת הרה"ק בעל בני יששכר מדינוב זי"ע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג פילצאליגע חסידים און תומכים האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעה "מעלין בקודש", צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, וועלכער האט אונטערגענומען די נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילן, מיטן הויפט ציל פוקד צו זיין די קברי צדיקים אין דינוב און אין בלאזשוב, צו וועמען אבותיו הקדושים לבית שומרי אמונים זענען געווען אזוי שטארק אדוק ומקושר. מוצאי שבת איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג איז דער רבי אנגעקומען אויף א


השבת נועם הנשמות: אלפי תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן דערהויבענער שבת בצל האד' מטשערנאביל
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער /JDN אלפי תושבי וויליאמסבורג האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן א זעלטן געהויבענע שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וועלכער איז געווען צוגאסט אין שטאט פארלאפענעם שבת פרשת שמות, נאך גאנצע זיבעצן יאר זינט דאס לעצטע מאל וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת אין שטאט. טראץ וואס דער רבי שליט"א איז שוין בליעה"ר בא בשנים און האט שוין נישט די יונגע כוחות, און זעלטן וואס דער רבי פארט ארויס צו אנדערע שטעט, איז דער


גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק - ראשית חכמה - לייפניק
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הערשל רובינשטיין,JDN שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ברוך מייזליש שליט"א אבד"ק לייפניק, זון פון הגה"ק מווייטצען זצוק"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' הערשיל אונסדארפער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד"ק מתיבתא ראשית חכמה מאנטריאל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא בארא פארק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק.


האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש, JDN פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א א ספעציעלער שמחת שבע ברכות וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן לכבודו פונעם הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, דער חתן, א זון פון הרה"ח ר' העניך גוטמאן הי"ו פון לאנדאן וואס ציילט זיך צווישן די מקורבים אינעם רבינס שטוב, האט געהאט די זכיה משמש צו זיין לפני ולפנים די לעצטע דריי יאר בקודש פנימה און צוגעשטאנען לימין קדש


גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי פאר עדת חסידי מאחנובקא בעלזא אין ירושלים, מיטן ציל להקים בית גדול וקדוש, אוועקצושטעלן א מקום קבע פאר די קהלה נאך א לענגערע תקופה וואס מען האט געדארפט אויפגעבן דעם קביעות'דיגער בנין הקהילה, און מען האט געוואנדערט גולה אחר גולה אין פארשידענע צייטווייליגע לאקאלן ארויסקוקנדיג בכליון עינים צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה אין א קביעות'דיגע מקום בה


שמחת התנאים בחצרות באסטאן - אשלג - יבניאל | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש דעם זונטאג שמות איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסם פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' יחזקאל משה פרענקל שליט"א רב ביהמ"ד הגדול אין יבניאל, זון פון הגה"צ ר' סיני מאיר פרענקל שליט"א גאב"ד יבניאל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד גרויסווארדיין סטעטן איילענד, די שמחה איז פארגעקומען אין די ערלויער זאל אין שטאט ביתר.


געהויבענע שמחת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל אלעסק לכבוד שמחת בית אלעסק - סאטמאר
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל''ש א הערליכע מסיבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן דעם מוצאי שבת דורך קהל אלעסק אין בארא פארק לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א צוגעשטעלט דורך די חסידים ומתפללי הביהמ"ד לרגל די חתונה פון בנו החתן למזל טוב, עב"ג די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א רייכע סעודת מלוה מלכה איז סערווירט געווען, און נאכן זינגען די זמירות למוצש״ק און אנדערע פרקי שירה וזמרה, האט מען מיתהאלטן דעם שיינעם סדר הי


שובו בנים שובבים: האד' מבאבוב 45 פאררופט אסיפת התעוררות פאר עדת חסידי באבוב 45 לרגל ימי השובבים
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי אלפי חסידי באבוב 45 האבן זיך דעם זונטאג פארזאמעלט אינעם גרויסן ביהמ"ד החדש באבוב 45 אין בארא פארק, אויף אן ערשטמאליגן אסיפה נחוצה פאררופן דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א לרגל די ימי השובבים. ביים אסיפה האט מען זוכה געווען צו הערן דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט איבערגעגעבן פלאמפייערדיגע דברי ם חוצבים און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים. דער רבי האט אנגעהויבן איבער ד


מאנסי: סעודת הילולא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל בשילוב מיט יערליכן דינער לטובת מוסד "בית חינוך הישן"
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש פארגאנגענעם שב"ק ויגש ז' טבת האבן תלמידי וחסידי קאשוי אפגעהאלטן די 7'טע יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל. אין די טעג ארום די יארצייט זענען הונדערטער אידן געקומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין אהל אדמור"י קאשוי אויפן בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד הילס נוא יארק יע"א, ווי אידישע קינדער האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויסבעטענדיג רפואות און ישועות למען הכלל והפרט אין זכות פונעם גרויסן צדיק. באסעס זענען געפארן פון אלע געגע


מריחוק מקום: האד' מבאבוב-45 אדרעסירט טעלעפאניש אסיפת התעוררות אין ק"ק באבוב-45 לאנדאן
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש דעם זאת חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן צום אסיפת התעוררות וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ק"ק באבוב 45 אין עיר הבירה לאנדאן, אין ליכט פון א שרעקליכן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם שמחת תורה ווען א ספר תורה איז ליידער אראפגעפאלן אויף דער ערד. די רבי שליט"א האט מיט א געוואלדיגן ערנסטקייט מעורר געווען דעם ציבור מיט פאסיגע דברי מוסר וכיבושין און געפאדערט פו


תקומה היתה לה: האד' מסאדיגורא פראוועט געהויבענע שבת יארצייט אינעם אלטן סאדיגורא הויף אין תל אביב
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט געהויבענע הרגשים פון התעלות און כיסופין האבן חסידי סאדיגורא און פילע איינוואוינער פונעם שטאט תל אביב, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורא הויף, געהאט די הנאה של קדושה מיטצולעבן א רוחניות'דיגע שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת במקום שהתפללו בו אבותיו אינעם סאדיגורא ביהמ"ד אויף רח' פינקס אין תל אביב, א שבת וואס האט אויפגעוויקלט לעכטיגע זכרונות פון אמאל ביי די ז


אמא של מלכות: האד' מבעלזא מתפלל געווען על קברה פון אמו הרבנית מבילגורייא ע"ה לכבוד די יארצייט
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN פארלאפענעם מיטוואך י"ח טבת איז אויסגעפאלן די ניינטע יארצייט פון הרבנית הצדקנית מבילגורייא ע"ה אלמנת הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל און אמא של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען אין בית תפילה בביתו נאוה קודש און געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט. נאך מעריב האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לקח און ברוינפן און ארומגערעדט איבער די


מעמד כבוד התורה און התחלת ימי השובבי"ם אין ישיבה גדולה אוהל שמעון ערלוי אין שפיץ פון האד' מערלוי
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך פארלאפענעם וואך האבן די בחורי חמד תלמידי ישיבה גדולה אוהל שמעון ערלוי מיטגעהאלטן א שיינעם מעמד כבוד התורה סיום מסכת בבא בתרא והתחלת ימי השובבי"ם לחזק ולהתחזק בלימוד התורה ועבודת השי"ת. די מעמד איז פארגעקומען בחצר הקודש ערלוי אין די קטמון געגענט אין ירושלים במעמד רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועלכער האט מפאר געווען א לענגערע וויילע און משמיע געווען דברי ברכה פאר די תלמידי


שבע ברכות מפוארה אפגעראכטן אין נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בראשות אדמור"י ורבני העיר
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ממחרת יום החתונה בחצר הקודש סאטמאר האט זיך אנגעהויבן די פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה ביי א שבע ברכות מפוארה וואס איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בהשתתפות רבנן ותלמידיהון ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ריש המתיבתא און מיטן השתתפות כבוד פון א הערליכע גאלעריע אדמור"י ורבני העיר מאנסי און פילע קרואי מועד ואנשי ש


ח"י טבת: סעודת הילולא פון הרה"ק בעל בני יששכר זי"ע בחצר הקודש בלאזוב | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


לומדי כולל לחתנים פון קרית יואל און וויליאמסבורג מיטגעלעבט פריוואטע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שמחת שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג ויחי למחרת פון די גרויסער חתונה בשמחת בית סאטמאר, ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א פריוואטע שבע ברכות מיט די משפחת המלוכה אינאיינעם מיט די תלמידי כולל לחתנים פון קרית יואל און וויליאמסבורג, וואס גרייטן זיך צו צו זייער חתונה, מיט די לויטערע השקפה און הדרכות אויפ'ן לעבן. דער שבע ברכות איז פארגעקומען אין די תנאים-זאלן בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן


ערשטמאליגן שבת בצל האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק פאראיבער מיט אומבאשרייבליכע התרוממות
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די הערצער פון הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא תושבי בני ברק זענען אנגעזעטיגט פון דעם שבת מלא אורה, וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצולעבן מיט מלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין א געהויבענע אטמאספערע, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת בתוככי הקהילה אין בני ברק, נאכדעם וואס דער רבי פארט זעלטן ארויס אויף שבת פון עיר הקודש ירושלים. בפניא דמעלי שבתא, נאך לאנגע וואכן פון


אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה אין שיכון סקווירא פאר נייע ספר תורה פון ק"ק סקווירא אין רמה ד' בית שמש
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN פארלאפאנעם וואך איידער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט צום מקום הנופש אין קאליפארניע איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגער מעמד הכנסת ספר תורה בביתו נאווה קודש פון רבי'ן שליט"א, פארן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' יעקב יוסף אדלער הי"ו מחשובי תושבי שיכון סקווירא און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומעדיגן חודש שבט צום נייעם סקווירא שטיבל אין די אויפבליענדע רמה ד' געגענט אין בית שמש


קידשה לעתיד: גייסטרייכע שבת אפגעראכטן דורך גאב"ד מאקאווא בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין תל אביב
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט אן אויסטערלישע רגש קודש האבן צענדליגער חסידים ואנשי מעשה מיטגעלעבט די געהויבענע שבת קודש פרשת שמות, די ערשטע שבת פון די הייליגע שובבי"ם וואכן, בצל קדשו פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער האט כמדי שנה בשנה בימי השובבי"ם געפראוועט א שבת אינעם נאסטאלגישן דירה ביתו נאוה קודש פון מרן הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף רחוב אחד העם אין תל אביב, אין די הייליגע אויסגעווייקטע ד' אמות וואו דער צדיק עתק האט אפגעראכטן זיין הימלישע


פרעכטיגע מעמד "לגומרה" לטובת גמר ביהמ"ד הגדול סאטמאר בית שמש קאמבענירט מיטן כינוס חסידי סאטמאר בארה"ק
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס פייערליכקייט איז אפגעראכטן געווארן די גייסטרייכער און פרעכטיגער "כינוס חסידי סאטמאר בארה"ק" ומעמד הנהדר והמרומם "לגומרה" וואס איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ויחי העעל"ט אין די פרעכטיגע "עמק איילון" זאלן, בראשות פונעם אורח הדגול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א. דער מעמד האט געדינט אלס כינוס חסידי סאטמאר פאר די הונדערטער תושבי בית שמש און נאך הונדערטער סאטמארער חסידים פון ירושלים עיה"ק און בני ברק וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן ד


bottom of page

