top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגן שבת בצל האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק פאראיבער מיט אומבאשרייבליכע התרוממות

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 5 דקות

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

די הערצער פון הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא תושבי בני ברק זענען אנגעזעטיגט פון דעם שבת מלא אורה, וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצולעבן מיט מלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין א געהויבענע אטמאספערע, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת בתוככי הקהילה אין בני ברק, נאכדעם וואס דער רבי פארט זעלטן ארויס אויף שבת פון עיר הקודש ירושלים.


בפניא דמעלי שבתא, נאך לאנגע וואכן פון הכנות, וואס די ענערגישע עסקני הקהילה האבן געארבעט אויף יעדן לאגיסטישן דעטאל צוצוגרייטן דעם שבת יחיד ומיוחד, איז די רבי שליט"א ערשינען בשערי העיר, צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' ברוך פנחס הכהן פישער שליט"א מראשי הקהילה. 


לעת כניסת השבת פארן זמן רבינו תם איז דער רבי ערשינען אינעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסידי ראחמיסטריווקא אויף די יעל גאס אין שיכון ג' אויף תפילת מנחה וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט מיט גרויס דביקות, נאך מנחה האט מען געדאוונט קבלת שבת ביז נאך לכה דודי ווען דער עולם איז אריבער צום היכל פון "סעמינאר גור" וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חברי הקהילה.


כדי צו היטן אויף די פריוואטע און היימישע אטמאספערע בקודש פנימה, זענען די טירן געווען פאשלאסן פארן ברייטן ציבור, און מען האט געקענט אריינגיין בלויז מיט ספעציעלע כניסה קארטלעך אויסשליסליך פאר די בני הקהילה און די נדיבים בעם, בכדי צו ערמעגליכן פאר די חסידים צו מיטהאלטן דעם געהויבענעם טיש מיט די פולע עונג ומנוחה, במחיצת הקודש. אינעם זאל איז ספעציעל איינגערישט געווארן א חדר מיוחד פארן רבי'ן שליט"א בשעת די תפילות וואס די רבי דאוונט אין צימער כדרכו בקודש.


ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל צו "מזמור שיר ליום השבת" און מעריב, נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויף א הויכן פלאטפארמע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן כדי דער גאנצער ציבור זאל קענען מיטאהאלטן, און באגריסט דעם גאנצן ציבור מיט א גוט שבת.


נאכן דאווענען האט זיך אנטפלעקט א זעלטענע מחזה ווען דער גאנצער ציבור האט זוכה געווען צו זיצן בצוותא חדא ביי די סעודה מיט'ן רבי'ן, מיסב זיין על שולחן אביהם און עסן די גאנצע סעודה אינאיינעם. 


די רבי האט אנגעהויבן די זמירות און קידוש געמאכט בשלהבת אש קודש כדרכו, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז נתכבד געווען דעם רבינס שוואגער הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק וועלכע איז געזעצן צו דעם רבינס זייט במשך די גאנצע סעודה.


נאך די פיש, האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר גאנצע אנדערטהאלבן שעה בגודל קדושת השבת, און במשך דעם טיש האט דער רבי נאך עטליכע מאל געזאגט תורה. מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען דער בונה ומקים הביהמ"ד הנגיד ר' יעקב פעלדהיים שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען פון ניו יארק צום געהויבענעם שבת, נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות שבת כמדי שבוע בשבוע, ווען די געהויבענע טיש איז געווען איין קייט פון התעלות והתרוממות הנפש, וואס האט זיך פארצויגן ביז די שפעטע נאכט שעה'ן קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס, נאכן זעקס שעה'דיגער טיש האט די רבי פארטיילט עפלעך פאר א לענגערע וויילע.


שבת אינדערפרי אום 8:00 אזייגער האבן די חסידים אנגעהויבן מיט דעם סדר יום השבת פון אמירת תהילים בציבור, און ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד, וואו ער האט זיך צוגעקוקט וואו די הונדערטער חסידים און די ילדי החמד זאגן תהילים מיט א קאך און ברען כמנהג בית טשערנאביל.

 

תפילת שחרית שבת אינדערפרי האט זיך פארצויגן ביז ארום 12:30. תיכף נאך שחרית, איז אפגעהאלטן געווארן אין חצר פון ביהמ"ד א געהויבענע מעמד מיוחד פאר די "צאן קדשים", וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען א הארציגע שיחת חיזוק פאר איבער א האלבע שעה, און מעורר געווען די קינדערליך מיט גרויס ליבשאפט זיך מחזק צו זיין בתורה, תפילה, און מידות טובות. ספעציעל האט די רבי גערעדט איבער דער ענין פון זאגן ברכות הנהנין מיט כוונה. דערנאך האט דער רבי געזונגען ניגוני קודש וכיסופין מיט די קינדער, און פארטיילט מיני מתיקה פאר יעדן באזונדער.


דאס דאווענען האט ממשיך געווען ארום 3:00 נאכמיטאג ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו קריאת התורה, און נאך תפילת מוסף בשעה 4:00 נאכמיטאג, איז דער רבי אריבער צום אכסניא וואו ער האט געפראוועט די סעודת היום פריוואט אינאיינעם מיט די געטרייע עסקנים און דער שוואגער הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א וואס איז מכובד געווארן מיטן בענטשן. 


נאך א קורצע צייט זענען די חסידים צוריק געקומען אין ביהמ"ד, וואו מען האט געדאוונט מנחה הארט פאר רבינו תם, און דערנאך זיך געוואשן צו שלש סעודות בחדרו הפרטי.


קרוב צו זיבן אזייגער מוצאי שבת אין דעם געהויבענעם זמן פון רעווא דרעווין, איז דער רבי אריינגעקומען צום היכל השולחנות אין די גערער סעמינאר צו שלש סעודות. ביי שלש סעודות זענען די טירן געווען אפן פאר'ן גאנצן ציבור חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק וואס האבן זיך געווארעמט בזיו אורו הבהיר פונעם רבי'ן שליט"א, בזמן שהצדיק בעיר.


אנהייב שלש סעודות האט די רבי געהייסן זינגען דעם ניגון "ד' בבות" לכבוד די הילולא פון דעם הייליגן בעל התניא זי"ע וואס געפאלט אויס די וואך, און דערנאך פארגעזאגט די זמירות פון שלש סעודות און גלייכצייטיג משלים געווען די זמירות פון די סעודה פון בייטאג. צווישן די פילע געסט האבן זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א  און הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג', וועמען דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און א ניגון. אויך האבן זיך באטייליגט ביים טיש די מעיאר פון בני ברק ר' חנוך זייברט און נאך שטאטישע באאמטע וואו די רבי האט זיי געשאנקען א פלאש וויין לאות הוקרה פאר זייער הילף שטייענדיג לימין הקהילה און בפרט ביים ארגאניזירן דעם שבת.


דערנאך האט די רבי מכבד געווען זיין שוואגער דער רב הקהילה הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, וואו ער האט מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט די שמחה פון די חסידים וועלכער האבן זוכה געווען צו אזא שבת בצל כנפיך יחסיון. גלייך נאכדעם האט דער רבי זעלבסט משמיע געווען דברות קודש בענין שמחה של מצווה, זייענדיג א יוצא מן הכלל נאך וואס אין אין ראחמיסטריווקא איז נישט דער מנהג צו זאגן תורה ביי שלש סעודות. 


נאכ'ן בענטשן האט דער רבי פארטיילט עפלעך פאר'ן גאנצן ציבור, וואס האט זיך פארצויגן ארום א דריי פערטל שעה ביז נאנט צו עלף אזייגער באנאכט, ווען די רבי האט געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, און אריין לחדרו הפרטי. אין צימער איז אריין צום רבי'ן העסקן הדגול ר' ישראל יעקב שנור הי"ו מראשי הקהילה וועם די רבי האט ווארעם באדאנקט פארן ארויסהעלפן מיט אלע צרכי השבת.


שפעטער ערשט ארום 5:00 פארטאגס, סמוך לעלות השחר, איז דער רבי ארויסגעקומען צו מעריב, מיט וואס עס האט זיך געשלאסן דער היסטארישער און געהויבענער שבת, פון וואס דער ציבור האט זיך שווער געקענט שיידן אין א בחינה פון 'קשה עלי פרידתכם' מיט לעכטיגע געפילן און געהויבענע התרוממות נאכ'ן מיטלעבן אזא יום שבתון אין לשכוח, וואס וועט אויף לאנג בלייבן איינגעקריצט.



bottom of page