אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה אין שיכון סקווירא פאר נייע ספר תורה פון ק"ק סקווירא אין רמה ד' בית שמש
- Bechatzros admin
- לפני דקה
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN
פארלאפאנעם וואך איידער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט צום מקום הנופש אין קאליפארניע איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגער מעמד הכנסת ספר תורה בביתו נאווה קודש פון רבי'ן שליט"א, פארן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' יעקב יוסף אדלער הי"ו מחשובי תושבי שיכון סקווירא און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומעדיגן חודש שבט צום נייעם סקווירא שטיבל אין די אויפבליענדע רמה ד' געגענט אין בית שמש, אין שפיץ פונעם אורח הכבוד הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פונעם סקווערער רבי'ן וועלכע וועט ספעציעל קומען צופארן קיין ארץ ישראל צו באשיינען די מעמד.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטן סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן, ווי דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און מען האט געזינגען א ניגון שמחה. דער רבי האט דערנאך פארטיילט לעקיך און לחיים און אנגעוואונטשן דער נדבן ובני משפחתו, און דערנאך גענומען קוויטלעך פונעם נדבן און זיין משפחה להיזכר לטובה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אין א זעלטענעם ערשיינונג ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר, וואו ער איז געטאנצן מיטן ספר תורה בחצר ביתו נאווה קודש, אונטער די חופה וואס מען האט נאך גענוצט בימי אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע. נאך א קורצע ריקוד האט די רבי איבערגעגעבן די ספר תורה פאר בניו הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, און דערנאך מכבד געווען דער נדבן ובני משפחתו צו טאנצן מיטן ספר תורה, בעת די רבי שליט"א איז מעודד די ריקודין, ווי די בני המשפחה און ידידים זענען געטאנצן און משמח געווען בשמחת התורה.
נאך א משך זמן איז די רבי צוריק אריין לביתו נאווה קודש בעת די בני המשפחה האבן ממשיך געווען מיט די ריקודין ברחובות קריה.



















