top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע שמחת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל אלעסק לכבוד שמחת בית אלעסק - סאטמאר

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל''ש

א הערליכע מסיבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן דעם מוצאי שבת דורך קהל אלעסק אין בארא פארק לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א צוגעשטעלט דורך די חסידים ומתפללי הביהמ"ד לרגל די חתונה פון בנו החתן למזל טוב, עב"ג די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א רייכע סעודת מלוה מלכה איז סערווירט געווען, און נאכן זינגען די זמירות למוצש״ק און אנדערע פרקי שירה וזמרה, האט מען מיתהאלטן דעם שיינעם סדר היום, ווען אינצווישן האט מען געהאט די זכי׳ מקבל פנים צו זיין דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און נאך פילע אדמור"י ורבני העיר בארא פארק, צווישן זיי האדמור"ים מראחמסטריווקא, וויזניץ בארא פארק, צאנז זמיגראד, סקאליע, גאב"ד סאטמאר בארא פארק, און נאך.


די מעמד איז געווארן אנגעפירט דורך די געטרייע גבאי הביהמ"ד הרה"ח ישכר זאב ווייספעלד הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם ציבור ביים זיך מיטפרייען פערזענליך בשמחתו פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע גיבט זיך כסדר אוועק בלב ונפש פאר יעדן יחיד. דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' מרדכי שיף אב"ד איגוד אברכים פון די פיליעריגע מתפללי הביהמ"ד, וועלכער האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט בדבריו הנחמדים, און ארויסגעברענגט וואו דער ביהמ"ד איז אויסגעשטיגן אלס א תל תלפיות פארן גאנצן אומגעגעגנט, כאטש וואס ביז זעכטיג יאר צוריק איז די געגענט געווען א מדבר שממה און נאר בכח פונעם אלעסקער רבי'ן זצ"ל וואס האט אריינגעלייגט כוחות עצומים האט די געגענט באקומען א חסידישע צורה און דאס ווערט ווייטער נמשך דורך זיין זון דעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די אחדות פון די חברה הקהילה ממש ווי איין משפחה און דאס איז געווען די גאנצע שאיפה פון טאטן ז"ל.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם זיידן האדמו"ר מסאטמאר איבערצוגעבן דברי ברכה וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון א ציבור וואס פרייען זיך מיט די שמחה פון זייער רבי און מסיים געווען בברכת קדשו לרוב פאר אלע משתתפים ביי די שמחה. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין שיינע ריקודין וואס האט זיך פארצויגן מיט גרויס שמחה און התרגשות.



bottom of page