לומדי כולל לחתנים פון קרית יואל און וויליאמסבורג מיטגעלעבט פריוואטע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש

א גייסטרייכע שמחת שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג ויחי למחרת פון די גרויסער חתונה בשמחת בית סאטמאר, ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א פריוואטע שבע ברכות מיט די משפחת המלוכה אינאיינעם מיט די תלמידי כולל לחתנים פון קרית יואל און וויליאמסבורג, וואס גרייטן זיך צו צו זייער חתונה, מיט די לויטערע השקפה און הדרכות אויפ'ן לעבן.
דער שבע ברכות איז פארגעקומען אין די תנאים-זאלן בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, צוגעשטעלט געווארן אויף א מלכות'דיגן פארנעם לכבוד שמחת חתן וכלה ולכבוד העם הנאספים.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות בראש שמחתו, און במשך די סעודה האט זיך משתתף געווען הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט וועם די רבי האט פארצויגן א שיינעם שמועס.
נאך די פיש איז פארגעקומען א מעמד שאלות ותשובות ווי די ראשי הכולל האבן פארגעשטעלט פילע שאלות וואס זענען נוגע פאר די חתנים אין אלע תחומי החיים ובפרט בנוגע די תקופה אלס חתן, יום החופה, ימי השבע ברכות, און נאך די חתונה וכו' אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, צום ערשט בדברי שבח פונעם חשוב'ן מחותן דער אבי הכלה הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב ב"פ וועלכע איז א מרביץ תורה אין ישיבה אין בארא פארק און איז געווען היינט געהעריג אין ישיבה טראץ די נעכטיגע חתונה.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני נשואין, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה וחיזוק פאר די חתנים און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די צייט אלס חתן צו שטייגן בתורה ויראת שמים און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בעניני הנהגת הבית און מסיים געווען בברכת קדשו. נאכן טאנצן האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ רבי ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א מיט ברכת המזון. מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די משפחת המלוכה קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן.


































תגובות