top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קידשה לעתיד: גייסטרייכע שבת אפגעראכטן דורך גאב"ד מאקאווא בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין תל אביב

  • Bechatzros admin
  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט אן אויסטערלישע רגש קודש האבן צענדליגער חסידים ואנשי מעשה מיטגעלעבט די געהויבענע שבת קודש פרשת שמות, די ערשטע שבת פון די הייליגע שובבי"ם וואכן, בצל קדשו פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער האט כמדי שנה בשנה בימי השובבי"ם געפראוועט א שבת אינעם נאסטאלגישן דירה ביתו נאוה קודש פון מרן הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף רחוב אחד העם אין תל אביב, אין די הייליגע אויסגעווייקטע ד' אמות וואו דער צדיק עתק האט אפגעראכטן זיין הימלישע עבודת הקודש בקדושה וטהרה למעלה מהשגת אנוש.


דאס הייליגע הויז איז א ארט וועלכע רופט ארויס א געוואלדיגע רגש קודש ביי יונג און אלט, סיי ביים עלטערן דור וועלכע האבן נאך געהאט די זכי' להסתופף בצל הקודש אין דעם הויז בהלו נרו על ראשינו, און סיי ביי די קומענדיגע דורות וועלכע האבן שוין אזויפיל געהערט איבער די נפלאות און ענינים נשגבים וואס האט זיך אלס אפגעשפילט צווישן אט די פיר ווענט.


צו תפילת מנחה ערב שבת איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אינעם בית התפילה, און זיך געשטעלט אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו ער אליין פלעג שטיין בימי נעוריו ווען ער האט זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, בצלו חימדתי וישבתי.


נאך מנחה האט דער רב שליט"א זיך געשטעלט ביים בימה און משמיע געווען דברים נרגשים בגודל קדושת המקום והזמן. דער רב שליט"א האט באטאנט אז דער בעלזא רב זי"ע האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אז דאס ארט זאל פארבלייבן א מקום תורה ותפילה אויף שטענדיג, און מיט די בקשה האט ער מקדש געווען דאס ארט, קידשה לשעתה וקידשה לעתיד לבוא.


צו קבלת שבת האט דער רב שליט"א צוגעשיקט בנו הרה"צ ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א, נאכ'ן דאווענען איז דער רב שליט"א אריין אינעם "קוויטל שטוב", דאס ארט וואו דער בעלזער רב זי"ע האט געזעגענט טויזנטער אידן להיפקד בדבר ישועה ורחמים, מיט א חרדת קודש האט מען געזינגען א רייע ניגוני התעוררות וכיסופין בקודש פנימה לפני ולפנים, און דערנאך האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן זיין וועכנטליכע שיעור כמדי ליל שבת בשבתו. בעפאר די סעודה איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי שאר בשרו הגה"צ ר' מרדכי אויערבאך שליט"א אב"ד אביר יעקב תל אביב, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס.


 די סעודות שבת סיי ביינאכט און סיי באטאג זענען געפראוועט געווארן אין די אכסניא בבית הגה"צ ר' אברהם צבי דירנפעלד שליט"א דומ"ץ בעלזא תל אביב וחבר בד"ץ דקהל מחזיקי הדת, וואו מ'האט פארברענגט שעות ארוכות מיט שירות ותשבחות לקל חי בשבת אחים גם יחד.


שבת אינדערפרי נאכ'ן עולה זיין לתורה, האט דער רב שליט"א געמאכט א מי שברך פאר מחותנו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור ווידער אריין אינעם קוויטל שטוב וואו דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א שיעור בתורת החסידות. ביים סעודת צפרא דשבתא האט דער רב שליט"א מכבד געווען דער בעל האכסניא הגה"צ רבי אברהם צבי דירנפעלד שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה פאר די מסובים.


נאכן סעודה איז מען אריבער צום קוויטל שטוב, וואו מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים ברוב עם מיט גרויס התעוררות, און אויסגעגאסן דאס הארץ צווישן די פיר ווענט וואו אסויפיל אידן זענען געהאלפן געווארן מיט כל מיני ישועות בכל מילי דמיטב ביים הייליגן צדיק, אהרן קדוש השם.


נאך תפילת מנחה האט דער רב שליט"א אפגעראכטן שלש סעודות בבית האכסניא וואו עס האט זיך באטייליגט הגה"צ אב"ד אביר יעקב תל אביב שליט"א. רעווא דרעווין האט זיך פארצויגן איבער דריי שעה נאכאנאנד ביז לאנג נאך צאת השבת, מיט ניגוני דביקות און דברים חוצבים להבות אש פונעם רב שליט"א פיל מיט געגועין און כיסופין. מיטן בענטשן האט דער רב שליט"א מכבד געווען נכדו הרב דוד רוקח שליט"א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


נאך מעריב און הבדלה, האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין וויג למעון קדשו אין קרית אתא אויף סעודת מלווה מלכה, און געזעגענט די משתתפי השבת וועלכע האבן זיך אהיימגעקערט מיט געהויבענע געפילן נאכן מיטלעבן אזא שבת מרומם כולו רוחני.



bottom of page