האד' משומרי אמונים אויף קורצע נסיעה למקומות הקדושים אין פוילין לרגל הילולת הרה"ק בעל בני יששכר מדינוב זי"ע
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג
פילצאליגע חסידים און תומכים האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעה "מעלין בקודש", צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, וועלכער האט אונטערגענומען די נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילן, מיטן הויפט ציל פוקד צו זיין די קברי צדיקים אין דינוב און אין בלאזשוב, צו וועמען אבותיו הקדושים לבית שומרי אמונים זענען געווען אזוי שטארק אדוק ומקושר.
מוצאי שבת איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג איז דער רבי אנגעקומען אויף א תפלה ביים כותל המערבי און מתפלל געווען למען הצלחת הנסיעה. אזוי אויך האט דער רבי געזאגט פרשת וישלח תחת כיפת השמים, ווי ס'מקובל פונעם רבינ'ס זיידן הרה"ק רבי שלמהקע מזוועהיל זי"ע.
מאנטאג ביינאכט איז פארגעקומען א מעמד הכנה פאר די חסידים משתתפי הנסיעה וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן פאנעל איבער די קשר פון בית שומרי אמונים קיין דינוב, דורך דער בארימטער היסטאריקער הרב בעריש אייכענשטיין און דער שריפטשטעלער הרב אברהם מרדכי וויינשטאק. דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן נאך א צונויפשמועס איבער די ניגוני בית דינוב און בלאזשוב לדורותיהם, דורך דער מומחה בנגינה הרב ישעי' פינסקי. צום שלוס האט דער רבי אויפגעטראטן מיט קורצע דברי ברכה און דער ציבור איז אריבער מיט קוויטלעך להזכירם לטובה ולברכה ולהיפקד בדבר ישועה ורחמים.
מיטוואך פארנאכטס האט מען געלאדנעט אין פוילין, ווי דער רבי מיט די פמליא זענען אריבערגעפארן צום שטאט לובלין און פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע און דערנאך אין שטאט ליזענסק ביים ציון פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, ווי עס האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררות און דער ציבור איז אריבער מיט קוויטלעך ביים רבי'ן א לענגערע צייט.
דער קלימאקס פון די מסע המרומם איז געווען ביים ציון פון ראש השושלת הרה"ק בעל בני יששכר זי"ע ביומא דהילולא קדישא ח"י טבת. א באזונדערע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור, נאך וואס דער רבי שליט"א איז דער ערשטער אין די שלשלת הקודש וואס האט די זכיה פוקד צו זיין די ציונים הקדושים, נאכדעם וואס צדיקי בית שומרי אמונים האבן נישט זוכה געווען דערצו, טראץ זייער שטארקע רצון מתפלל צו זיין ביי די ציונים הקדושים פון רבותם הקדושים.
לויט די קפידה פון די רביים נישט פוקד צו זיין דעם ציון פונעם בני יששכר בעצם יומא דהילולא, האט דער רבי בלויז אפגעראכטן דעם סעודת הילולא ביום היארצייט און הערשט נאך חצות האט מען פוקד געווען דעם ציון הק'. ביים טיש האט מען צווישן אנדערע געזינגען מיט גרויס דביקות און התעוררות, און די ניגוני קודש פונעם בעל הילולא.
דאנערשטאג נאך שחרית איז מען אנגעקומען צום שטאט רימינוב, ווי מען האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק דער רבי רבי מענדעלע מרימינוב זי"ע, ווי מ'האט אויך געזאגט פרשת המן. דערנאך האט מען מתפלל געווען ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי הירש מרימינוב זי"ע און נאכן זאגן די פרקי תהילים האט דער רבי אויפגעטראטן מיט רירנדע דברי ברכה מיט א קול געשטיקט פון געוויין.
נאכמיטאג איז מען אנגעקומען קיין ריישא אויף א תפלה ביים ציון פון הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזשוב זי"ע, ביי וועמען הרה״ק בעל שומרי אמונים זצוק״ל האט זיך געווייקט אין די יונגע יארן, און האט איינגעפירט אסאך הנהגות און נוסחאות לפי דרכו בקודש.
ביינאכט איז מען אנגעקומען קיין קראקא און געדאווענט מעריב נעבן די ביהמ"ד פונעם רמ"א. דערנאך איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לאות הוקרה פאר די נדיבים בעם, ווי דער רבי האט אויך פארטיילט א מזכרת פאר אלע משתתפים און געוואונטשן די עסקנים און מארגני הנסיעה.
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסעגלאזט צום לופטפעלד אוייפן וועג צוריק קיין ארה"ק. פרייטאג פארטאגס האט דער רבי געלאנדעט אין ארה"ק, און מיט דעם האט זיך געשלאסן די געהויבענע מסע הקדוש וועלכע איז געבליבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די וואס האבן דאס מיטגעלעבט.

































תגובות