top of page
צוזאמקום פון הונדערטער יוצאי ישיבת טשעבין ביי שבע ברכות בבית ררחמיסטריווקא - טשעביו פארגעקומען אין בארא פארק
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה נחום, JDN א פראכטפולע שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען פאריגע וואך צוגעשטעלט דורך איגוד בחורי טשעבין, לכבוד די חתונה פון החתן א זוהן פון הגה"צ ר' שמואל דוד שניאורסאן שליט"א משגיח ישיבת טשעבין, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי. ביים שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע ליפשיץ זאל אין בארא פארק, זענען געלאדנט געווארן


קַדֶּשׁ לִי כָל בְּכוֹר: שמחת פדיון הבן אין הויפן פון ביאלא - קאפיטשניץ - קוזמיר - לעלוב בית שמש
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער שמחת פדיון הבן פון היניק זוהן פון הרה"צ רבי יעקב יצחק טאוב שליט"א איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א, אור אייניקל פון האדמור"ים מקאפיטשניץ, קוזמיר, און לעלוב בית שמש, די שמחה איז פארגעקומען אין גרויסן ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים אין שפיץ פון די זיידעס האדמור"ים שליט"א.


"כינוס עסקנים" בחצה"ק זוטשקא אלס הכנה צום ויעדה הגדולה "כי בא אורך" צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי שוין ברייט באריכעט, האט מען דעם פארגאנגענעם חודש תשרי באנייעט דער צייטווייליגער נייער היכל הגדול פונעם זוטשקא הויף אין בני ברק, הארט נעבן דעם ביז יעצטיגן בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור המסתופפים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, אצינד ווען מען גרייט זיך צום בעפארשטייענדע מעמד אדיר "כי בא אורך", וואס וועט פאראייניגן הונדערטער חסידים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ווי מען וועט אריינטאנצן אין א אלוועלטליכע ק


שיינע רבישע חתונה אין לאנדאן פון החתן נכד האד' מביאלא לאנדאן עב"ג הכלה נכדת האד' מנדבורנה באניא
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין לאנדאן הבירה איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' ישראל שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ראב"ד אנטווערפן זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהושע לייפער שליט"א אב"ד קהל חסידים אין די טאטענהעם געגנט אין לאנדאן, זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא באניא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' צבי אלימלך פרענקל שליט"א אב"ד בית חדש לאנדאן, די שמחה איז


קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון


הונדערטער אידן אנגעקומען קיין באפעלא צום הילולא פון הרה"ק רבי אליהו יוסף מליניץ זצוק"ל ערשטער רבי על אדמת אמעריקע
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.


האד' מסטאניסלאוו צוגאסט אין ארה"ק לכבוד יארצייט פון אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחדוה עילאה, האבן תושבי ארץ הקודש, און חסידי סטאניסלאוו בפרט, מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל, אויף וואס דער ציבור חסידים האט שוין ארויסגעקוקט אזא לאנגע צייט. דער סטאניסלאווער רבי, איז פון די געהויבענע צדיקים אין מאנסי, ארום וועמען עס קלאמערן זיך פילצאליגע חסידים, ומעריצים. אצינד, נאך עטליכע יאר פונעם רבינס פריערדיגן באזוך אין ארץ ישראל,


הונדערטער צעמענט-טראקס געגאסן ערשטע שטאק פונעם בנין האדיר מרכז העולמי ישועות משה וויזניץ אין בני ברק
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער די בני ברק'ער גאסן ארום רחוב שלמה המלך האבן די פארלאפענע מעת לעת געווירבלט מיט אן אומאויפהערליכע גערויש פון הונדערטער "צעמענט טראקס" וואס האבן זיך געשלענגעלט און געמאכט זייער וועג צום גיגאנטישן שטח הבני' וואו ס'ווערט געבויט דער בית אדיר וקדוש, דער נייער "מרכז העולמי" ישועות משה וויזניץ, וואו ס'איז דורכגעפירט געווארן נאך א גאר קריטישע בוי שטאפל אין די פארצווייגטע בוי-פראיעקט וואס שפאנט העפטיג פאר


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל אפגעצייכנט בצל בנו גאב"ד מאקאווא
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה,JDN מיט גרויס התעוררות איז ביי מאקאווא חסידים און תלמידים אפגעראכטן געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין קרית אתא, באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט מפיץ געווען תורה ויראה פאר צענדליגער יארן נאכאנאנד. מאנטאג נאכט בליל ההילולא, איז דער רב שליט"א ערשינען אין די נייע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" אין קרית אתא, וו


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה לעבן מיט דערהויבענע "שבת המרומם" אין "המספיק רעזארט" מיט האד' מקהל חסידי ירושלים
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN א זעלטן דערהויבענער "שבת המרומם" איז געפראוועט געווארן אינעם פרעכטיגן "המספיק רעזארט" האטעל אין אפסטעיט ניו יארק, וואו הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן אינאיינעם מיטגעלעבט א גאר ערהאבענעם שבת, בראשות פון דעם גרויסן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכער געפינט זיך צוגאסט אין אמעריקע אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע כולל אימפעריע בנשיאותו אין ארצינו הקדוש


האדמור"ים מבית יצחק ספינקא און ראחוב באזוכן ביי האד' מסאטמאר לכבוד השמחה במעונם
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא - ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונט


געהויבענער שבת אין לאנדאן מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געווען צוגאסט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז דאנערשטאג צופרי אנגעקומען אין שטאט, און איז אפגעווארט געווארן ביים היטרוי עירפארט, פון וואו מ'איז אריינגעפונען צו דער אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקי' קריטצלער הי"ו, וואו אידן זענען באלד געקומען אפנעמען שלום, און אריינגעגאנגען ליהנות עצה ותושי'. דאנערשטאג אין אווענט האט דער רבי שליט"א אפ


דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבות קטנה דסאטמאר פון אלע סניפים דורך הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת. די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון ה


ענבי הגפן: שיינער שידוך בבית סקאליע - פשעווארסק וומסב"ג - בריגל
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה וחדוה איז דעם דינסטאג נאכט פארגעקומען די שמחת הלחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה תחי' בת יחידה ביי הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט החתן הרב משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל זוהן פון הרה"צ ר' חיים אלישע טייטלבוים זצ"ל מבריגל און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר. די מסיבת לחיים איז אפגעראכטן


מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי סטריקוב אין בית שמש אין שפיץ פון האד' מסטריקוב
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז אין דער שטאט בית שמש אפגעראכטן געווארן די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אשל אברהם דחסידי סטריקוב אין שכונת קנה בושם אין בית שמש, נדבת משפחת דימינסקי, דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועלכער האט באגלייט די תהלוכת הספר און דערנאך געפראוועט די הקפות אין ביהמ"ד און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג. שפעטער באנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצ


ירושלים של מעלה גרייט זיך צום באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN אין די ברענענדיגע הכנות צום ביקור הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ירושלים עיה"ק, גרייטן זיך פילצאליגע גאונים ותלמידי חכמים, ובפרט די לומדי הכוללים פון "כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס" מיטצוהאלטן דעם לומדישן שיעור וואס דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין אין ביהמ"ד "כתב סופר" פונעם כולל, אויף וואס די חכמי וגאוני ירושלים ובני ישוב הישן קוקן ארויס מיט גרויס התרגשות. אין די לעצטערע טעג זענע


פרייליכער שמחת נישואין אין קרית יואל פון החתן בן האד' מראחוב מיט הכלה נכדת האד' מבית יצחק ספינקא
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם דאנערשטאג געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין די הויפן פון בית יצחק ספינקא - ראחוב - מאדא, וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, במקהלות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה בקול צהלה ורינה. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר


אויסגאבע טישל • פרשת חיי שרה
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


פילע בני תורה מתפלל געווען על ציונו פון הגאון הגדול הרב שך זצ"ל בעל אבי עזרי אין טאג פונעם יארצייט | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


שעות של שמחה והתרוממות הנפש ביי שמחת הנישואין בבית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:JDN מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות איז פאריגן מיטוואך געפראוועט געווארן אין מאנסי די געהויבענע שמחת החתונה בבית צדיקים, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי האט געפירט זיין טאכטער הכלה תחי' אונטערן חופה, מיט די חתן א זון פון רבינס פעטער הגה"צ רבי שמואל דוד שניאורסאהן משגיח אין ישיבת טשעבין זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און איידעם פון הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא. די גר


bottom of page

