top of page
הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן די וואך האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ירושלים במעונו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די מסע המרומם פון האדמו"ר מסאטמאר. הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן דאסט מיט גרויס שמחה און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה ועניני דיומא, נאכן באזוך האבן זיך די צוויי מאורות הגדולים געזעגענט בברכות לר


מעמד הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד וויזניץ אין סטעטן איילענד אין שפיץ פון האד' מוויזניץ בארא פארק
מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. ,JDN מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד חסידי וויזניץ אין סטעטן איילענד נדבת הרב מיכל פעפערקארן לע"נ בנו הילד חיים מנחם מענדל ע"ה, די מעמד איז געווען בראשות ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די תהלוכת הספר און דערנאך אפגעראכטן די הקפות אין ביהמ"ד.


מעמד יציקת היסודות בראשות האד' מסאטמאר אין היימישן קימפעטארין היים אין טעלזסטאון
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן מיטוואך אויפדענאכט נאכן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט בית שמש, האט די רבי שליט"א אפגעשטאט אין טעלזסטאון, אונטערוועגנס צוריק קיין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת היסודות פאר א נייע פליגל פונעם היימישן קימפעטארין היים "בית החלמה ליולדות“, וועלכער ווערט מאסיוו פארברייטערט צו קענען נאכקומען די נאכאנאנדע וואוקס פונעם היימישן ציבור. ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רבי'ן,


בהורמנותא דמלכא: הרה"ג ר' שמואל יעקב שרייבער שליט"א אויפגענומען געווארן אלס רב קהילת גור אין עיר הבירה לאנדאן
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי גור אין לאנדאן האבן מיט גרויס שמחה מקבל פנים געווען די נייע רב הקהלה הרה"ג ר' שמואל יעקב שרייבער שליט"א, וועלכע איז בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אויפגענומען געווארן צו דינען אלס רב ומורה צדק דק"ק גור לאנדאן נאך יאהרן וואס עס איז נישט פארהאן קיין רב אין די קהילה . דער רב שליט"א מזה בן מזה אן אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, דינט אלס דיין ומורה צדק אין קהילת גור בית שמש וואו ער איז שטארק נע


פילע לומדים ותלמידי חכמים מיטגעהאלטן באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך דעם דינסטאג תולדות נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צעהלים בבנין ביהמ"ד כתב סופר אין די אונגארישע הייזער אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מאמרותיו בדברי פלפול בסוגיות הש"ס, מתובל מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדים פון אומעטום. צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א זענען מיטגעקומען א גרויסער צאל אורחים חשובים, תומכים ומחזיקים פון די הייליגע צדקה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים


הילולא קדישא פון הגה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע אפגעראכטן מיט גרויס התעוררות אין פשעווארסקער הויף
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה קאהן, ישראל ק.,JDN דעם ז"ך חשוון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי''ע וועלכער איז געווען מפורסם בגודל קדושתו, ואיש פלא ומופת בבית ישראל. די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט פאריגן שבת פ' חיי שרה בצל קדשו פון בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א במקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלוה מלכה און דערציילט עובדות און סיפורים לכבוד ד


קרתא דשופריא: האד' מדזיקוב וויזניץ בארא פארק צוגאסט אויף שבת אין עיה"ק ירושלים
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך שבת פ' חיי שרה איז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ בארא פארק שליט"א געווען צוגאסט אויף שבת אין ירושלים, און אפגעראכטן די תפילות און טישן אין ביהמ"ד הגדול קהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו, וואו א גרויסן ציבור תושבי ירושלים האט מיטגעהאלטן דעם סידורו של שבת בצל קדשו.


הילולא דקדישא פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל געפראוועט דורך בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש דעם זונטאג כ"ה חשוון איז אפגעצייכנט געווארן די 76'סטע הילולא פון הגה"ק רבי מרדכי מבולגרייא זצ"ל, אין אלע בעלזער צענטערן האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט בצל קדשו פון בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בקרתא דשופריא איז די הילולא קדישא פאראיבער מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה. מוצאי שבת בליל ההילולא האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו מעריב און דערנאך אנגעצינדן די שע


האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


התרגשותדיגע באזוך פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשותדיגע באזוך איז נעכטן פארגעקומען במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א וויזיט דער חשובע גאסט פון אמעריקא הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל מיטצוהאלטן דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און דער שבת מרומם אין אתרא קדישא מירון. דער דיין שליט"א איז אנגעקומען בעת דעם וועכענטליכן שיעור ווא


בר מצוה פון א אור אייניקל ביי האדמור"ים מאלכסנדר און קאפיטשניץ פארגעקומען אין שטאט קרית גת
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' אברהם יעקב פלינטנשטיין שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרב יואל ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאל נר אברהם אין קרית גת.


מארק וואלקער פרעזידענט טראמפ'ס אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר טרעפט זיך מיט ראש הישיבה הגרמ"ה הירש
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א פראדוקטיווע זיצונג במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א אין בני ברק וואו עס איז אריבערגעקומען מר מארק וואלקער, וועמען פרעזידענט טראמפ האט לעצטנס נארמינירט און געשטעלט אלס דער אמבאסאדאר פאר רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן און אלס קעמפער קעגן אנטיסעמיטיזם, וואס ווערט לצערנו לעצטנס מער און מער פארשפרייט. דער אמבאסאדאר איז געקומען צו פארן פון זיין היימארט נארט קאראליינע א


האד' מסאסוב צוגאסט אויף שב"ק אין בארא פארק בקרב חסידיו | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג. די מעמד איז געווען בשילוב מיטן סיום כתיבות ספ


אויסגאבע טישל • פרשת תולדות
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


יומא טבא לרבנן: מעמד כבוד התורה און חלוקת פרסים אין ישיבה גדולה תולדות אהרן אין אלעד
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכע מעמד כבוד התורה איז נעכטן אפגעראכטן געווארן אין די ישיבת גדולה תולדות אהרן אין אלעד, וואו די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבה האבן געפייערט דעם יומא טבא לרבנן, לרגל סיום מסכתות קידושין און בבא מציעא וואס די בחורים האבן געלערנט און געחזרט דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, אינאיינעם מיטן מעמד חלוקת תעודות פאר די בחורים מצטיינים. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל אין די קרית הישיבות אין שטאט א


בכבוד'יגע אויפנאמע ומסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מסאטמאר במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכמיטאג תיכף ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אין ירושלים עיה"ק, איז ער צוגעפארן למעונו הקודש פון ידידו וריעו מאז ומקדם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן בכבוד הראוי, אין א זעלטענע ערשיינוג האט זיך דער גאון שליט"א אנגעטון דעם הוט לכבודו פונעם חשובן גאסט. דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן גאון מיט א שטארקע התרגשות און דורש געווען בשלומו. ב


וזוכר חסדי אבות: הילולא קדישא פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ביי נכדו האד' מבעלזא
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN פאריגן מיטוואך נאכט בליל ההילולא קדישא פון הרה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע איז נכדו ממשיך דרכו בקודש כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש און געדאווענט פארן עמוד לכבוד די יארצייט. נאך מעריב איז פארגעקומען א לעקח אין בראנפן וואו די רב שליט''א האט געמאכט א ברכה אויף לעקח און לחיים און דאן א לענגערע צייט דערציילט עובדות וסיפורים פונעם זיידן דער בע


נעילת ימי השמחה: צענטראלער שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה בחצר הקודש ערלוי
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר ברגשי גיל ושמחה האבן חסידי ערלוי מיטגעהאלטן די צענטראלער שבע ברכות לכבוד די חתונה פון די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן שליט"א משפיע אין ישיבת פני מנחם זון פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, און איידעם פון כ"ק גאב"ד קרית צאנז


האד' מסאטמאר איז משבח האד' מגור איבער שארפע שטעלונג קעגן "גזירת הגיוס"
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך למעונו הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ווי עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס, צווישן אנדערע האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פארן גורער רבי איבער דער ארגאניזאציע "הבן יקיר" דחסידי גור, וועלכע העלפן ארויס יתומים ויתומות ל"ע, נאכדעם וואס דעם גערער רבינס זוהן הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א נשיא הארגון האט נישט לאנג צוריק באזוכט


bottom of page

