top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע לומדים ותלמידי חכמים מיטגעהאלטן באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"

  • sfbechatzros
  • לפני 53 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

דעם דינסטאג תולדות נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צעהלים בבנין ביהמ"ד כתב סופר אין די אונגארישע הייזער אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מאמרותיו בדברי פלפול בסוגיות הש"ס, מתובל מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדים פון אומעטום.


צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א זענען מיטגעקומען א גרויסער צאל אורחים חשובים, תומכים ומחזיקים פון די הייליגע צדקה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים וגבאי קודש וואס זענען שוין געווען אין ארה"ק, און האבן מיטהאלטן דעם געהויבענעם באזוך פון רבי'ן שליט"א בין כותלי הכולל.


ביים אנקומען אין די אונגארישער הייזער האבן אפגעווארט די קינדער פון מוסדות שומרי החומות וועלכע זענען געווען הערליך אויסגע'שורה'ט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.


דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני ולומדי הכולל און זיך מתעטף געווען מיטן טלית. צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן שליט"א ראש ישיבת שומרי החומות און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם די רבני ולומדי הכולל. דערויף האט דער רבי אנגעהויבן דעם טיפזיניגע שיעור סוגיא, צום ערשט האט דער רבי אנגעהויבן בכבוד האכסניא פון כולל שומרי החומות וועלכע איז נתייסד געווארן דורכן הייליגן חתם סופר זי"ע און דערנאך משמיע געווען א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון לולב הגזול און דערנאך אויף די פרשת השבוע.


דערנאך האט דער משמיע געווען דברים חוצבים בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז גיין אין מיליטער איז א בחינה פון כל באיה לא ישובון, און מסכים זיין אויף א פשרה איז א עון בל יכופר און מען איז מרים יד בתורת משה וויבאלד מען איז מפקיר בידים טויזנטער אידישע קינדער, דער רבי האט געזאגט אז עס מוז ארויסגעברענגט ווערן די וויי געשריי פון אחינו בני ישראל תושבי חוץ לארץ וועלכע בלוטיגן איבער די שווערע מצב און דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רבני ולומדי הכולל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page