האד' מסאטמאר איז משבח האד' מגור איבער שארפע שטעלונג קעגן "גזירת הגיוס"
- בחצרות הקודש
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך למעונו הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ווי עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס, צווישן אנדערע האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פארן גורער רבי איבער דער ארגאניזאציע "הבן יקיר" דחסידי גור, וועלכע העלפן ארויס יתומים ויתומות ל"ע, נאכדעם וואס דעם גערער רבינס זוהן הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א נשיא הארגון האט נישט לאנג צוריק באזוכט ביים רבי'ן אין קרית יואל אינאיינעם מיט די יתומים פון אמעריקא וואס זענען אנגעשלאסן אינעם אירגון. באזונדער האט דער סאטמארער רבי משמח געווען דעם גערער רבי'ן שליט"א איבער זיין שטארקע אומבויגזאמע שטעלונג אינעם קאמף אקעגן די גזירת הגיוס, נישט איינצוגיין אויף קיין שום פשרה, און אויסגעפירט אז מ'האפט אז מיט דעם כח וועלן די רשעים נישט קענען חרוב מאכן.













