top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג.


די מעמד איז געווען בשילוב מיטן סיום כתיבות ספר תורה פארן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די סאטמארער קהילה אין ירושלים נאכן שריפה וואס האט ליידער פארניכטעט די בניני הקהילה והמוסדות אריינגערעכנט צוויי ספרי תורה רח"ל.


צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים, ווי ער האט מיט ווארעמע ווערטער מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם כל הקהל הקודש, און ארויסגעברענגט אז יעצט איז אכציג יאר נאך וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אראפגעטרעטן אויפן באדן פון ארה"ק נאכן קריג, ואם בגבורות שמונים שנה, איז מען יעצט זוכה אז די רבי איז געקומען קיין ארץ ישראך מרים צו זיין די קהילה און מוסדות אין די יעצטיגע שווערע תקופה פונעם ביטערן גזירת הגיוס, וואס נאך מיט פופצן יאר צוריק ווען יעדער איז געווען שטיל דערוועגן איז שוין דער רבי שליט"א ארויסגעקומען מיט א קול זעקה איבער די ביטערע מצב און מען זאל זיך עפענען די אויגן, און יעצט זעהט שוין יעדער ווי מען איז אנגעקומען צו אזא ביטערן מצב, און אויסגעפירט מיט א ברכה אז דער רבי זאל טאקע קענען מרים זיין דאס יהדות החרדית און פירן די קהילה על מי מנוחות ביז משיח'ס טאג.


דערנאך האט מען אריינגעברענגט דעם ספר תורה און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און ניגוני תורה לכבוד המאורע, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און בחרדת קודש אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.


נאכן אריינשרייבן די אותיות, בעת די ספר תורה איז געליגן אפן בפניו, האט דער רבי משמיע געווען גאר ווארעמע דברות קודש, ארויסברענגענדיג די גרויסע זכי' וואס מען האט זייענדיג בשעריך ירושלים, די ערשטע מקום ווי דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געווען נאכן ניצול ווערן פונעם קריג, ועיניו ולביו שם כל הימים, אזוי אויך די קשר אמיץ פונעם טאטן הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צו ירושלים. די רבי האט מסיים געווען אז מען האפט אז יעצט ווען מען איז אין ירושלים עיה"ק זאלן די תפילות נתקבל ווערן און מען זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדעת און די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונזער חינוך סיי די קינדער און סיי די בחורי הישיבות.


דער רבי האט זיך דאן אויפגעשטעלט און געמאכט הגבה אויפן ספר תורה, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש מיטן אפענעם ספר תורה אין די הענט, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהילה אין קרית יואל, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - מגדולי עסקני הקהילה אין ירושלים.


דערנאך האט זיך דער רבי ווידער ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן ספר תורה אין הענט, וינועו אמות הסופים ווען דער ציבור האלפים טאנצט מיט מיט פלאקער און ברען.


ביים מעמד הקבלת פנים האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פתח תקוה שליט"א און נאך.


נאכן מעמד, איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ווי ברייט באריכטעט, און דערנאך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, ווי מען האט ארומגעשמועסט שיינע ענינים מתובל בדברי תורה וסיפורי צדיקים.


צום לעצט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור כבוד אין שטוב פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ירושלים שליט"א וואו עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די קהילה און מוסדות אין ירושלים און דער דיין האט געצייגט פארשידענע ירושה חפצים מאבותיו הקדושים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page