top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מארק וואלקער פרעזידענט טראמפ'ס אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר טרעפט זיך מיט ראש הישיבה הגרמ"ה הירש

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א פראדוקטיווע זיצונג במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א אין בני ברק וואו עס איז אריבערגעקומען מר מארק וואלקער, וועמען פרעזידענט טראמפ האט לעצטנס נארמינירט און געשטעלט אלס דער אמבאסאדאר פאר רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן און אלס קעמפער קעגן אנטיסעמיטיזם, וואס ווערט לצערנו לעצטנס מער און מער פארשפרייט.


דער אמבאסאדאר איז געקומען צו פארן פון זיין היימארט נארט קאראליינע אין באגלייטונג פון הרב דוד הופשטטר שליט"א נשיא דרשו העולמי. ביי דעם באזוך ביים ראש ישיבה האט מר וואלקער, וועלכער קומט פון א שטארק רעליגיעזע הינטערגרונד, ערקלערט זיין טעאריע איבער דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם. זאגנדיג אז ווען די געזעלשאפט ווערט איבערגענומען דורך סעקולארן און פראגרעסיוון וואס נעמען אוועק רעליגיע פון דער מענטשהייט, וועלן זיי זוכן צו ערפילן דעם געשאפענעם חלל און מאכן "האס קעגן רעליגיע" אלס זייער נייע רעליגיע, הויפטזעכליך קעגן אידן, די פאן טרעגער פון מאראל און ערליכקייט.


ווען דער ראש ישיבה האט געפרעגט דעם אמבאסאדאר אויב די קריג אין עזה האט געהאלפן אויפפלאקערן אנטיסעמיטיזם, האט ער געענטפערט אז די קריג האט בלויז אויפגעדעקט וואס איז שוין לאנג געווען אונטערן אויבערפלאך און האט נאר יעצט געהאט די געלעגנהייט ארויסצושפרעכן.


שפעטער איז מר וואלקער געקומען אנטיילנעמען ביי א דרשו בחינה, וואו ער האט געהאט די געלעגנהייט צו זיין א חלק פון א דיסקוסיע פאנעל וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן די נושא פון אנטיסעמיטיזם און וואס מ'קען טון דערוועגן. באזונדער האט ער זיך צו טרעפן מיט דרשו לומדים פון איבער דער גארער וועלט, אריינגערעכנט אויסטראליע, ענגלאנד, אנטווערפן, האלאנד און די פאראייניגטע שטאטן, און הערן ערשטהאניגע באריכטן און געפילן איבער דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם איבער אלע מדינות, און וויאזוי עס האט זיך געטוישט מיט די יארן.


ree
ree
ree

bottom of page