וזוכר חסדי אבות: הילולא קדישא פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ביי נכדו האד' מבעלזא
- sfbechatzros
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN
פאריגן מיטוואך נאכט בליל ההילולא קדישא פון הרה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע איז נכדו ממשיך דרכו בקודש כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש און געדאווענט פארן עמוד לכבוד די יארצייט.
נאך מעריב איז פארגעקומען א לעקח אין בראנפן וואו די רב שליט''א האט געמאכט א ברכה אויף לעקח און לחיים און דאן א לענגערע צייט דערציילט עובדות וסיפורים פונעם זיידן דער בעל ההילולא און דאן מכבד געווען די אנוועזנדע צו דערציילן, צווישן זיי בנו הרה''צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און אלע אייניקלעך, וועלכער האבן דערציילט שיינע ענינים בשגב קדושתו ובגודל צדקתו פונעם בעל ההילולא.
דערנאך האט מען מכבד געווען די שטוב מענטשן און נאך אנשים מכובדים. בין גברא לגברא האט די רב שליט"א אנגעמערקט פארשידענע הערות און הוספות און ווייטער דערציילט א שלל פון שיינע ענינים, וואס דער ציבור חסידים האבן געשלינגען מיט דורשט.
אויפצומארגנס דאנערשטאג מבעוד יום איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור וסעודת הילולא אינעם גרויסן שטוב וואו ער האט זיך געוואשן צום סעודה און געזאגט תורה במשנתו של בעל ההילולא.

















