top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהורמנותא דמלכא: הרה"ג ר' שמואל יעקב שרייבער שליט"א אויפגענומען געווארן אלס רב קהילת גור אין עיר הבירה לאנדאן

  • sfbechatzros
  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי גור אין לאנדאן האבן מיט גרויס שמחה מקבל פנים געווען די נייע רב הקהלה הרה"ג ר' שמואל יעקב שרייבער שליט"א, וועלכע איז בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אויפגענומען געווארן צו דינען אלס רב ומורה צדק דק"ק גור לאנדאן נאך יאהרן וואס עס איז נישט פארהאן קיין רב אין די קהילה.


דער רב שליט"א מזה בן מזה אן אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, דינט אלס דיין ומורה צדק אין קהילת גור בית שמש וואו ער איז שטארק נערץ אין די ארטיגע קהילה, אצינד איז ער באאויפטראגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א צו נושא בעול זיין פון די קהלה און מוסדות דחסידי גור אין לאנדאן, און מהיום והלאה ארויסצופארן אויף כסדר'דיגע באזוכן א יעדע פאר וואכן קיין לאנדאן, זיך אומצוקוקן אויף די קהלה ומוסדות, וואס אנשפרעכט בעז"ה צו זיין א געוואלדיגע התעלות פארן די קהילה וועלכע ציילט עטליכע הונדערט משפחות מיט מוסדות התורה און בתי מדרשים צושפרייט לענגאויס די שטאט.


די וואך דינסטאג פרשת תולדות אויפדערנאכט האבן דח חברי הקהילה מקבל פנים געווען דעם רב שליט"א, קומענדיג צום ערשטן מאל קיין לאנדאן נאכן התמנות אלס מרא דאתרא אין די קהילה, דער רב איז אפגעווארט געווארן דורך די פני העדה, שפעטער אויפדערנאכט איז ער ערשינען אינעם גרויסן גורער שטיבל אין שטאט אויף תפלת ערבית, און מיטוואך אויפדערנאכט איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד קבלת פנים אינעם שטיבל במעמד כל קהלא קדישא, זקני העדה, בעלי בתים, אברכים און בחורי חמד.


ביים מעמד קבלת פנים האבן זיך משתתף געווען הגאון ר' יעקב מאיר ראזענבוים שליט"א ראש ישיבת מתיבתא גור לאנדאן, הרה"ג ר' מרדכי אייזנער שליט"א רב קהילת גור אין גאלדערס גרין, הרה"ג ר' אברהם פסח קאמיונקא שליט"א רב ביהמ"ד צעירי אגודת ישראל לאנדאן, און נאך.


עס איז געהערט געווארן ווארימע דרשות פון רבנים ודיינים שליט"א לרגל המאורע, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים יחזקאל אבראמטשיק שליט"א דיין קהלות החרדים ומורה צדק בקהילת גור, ווי ער האט איבערגעגעבן די ברכת הקדוש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א צום מעמד און קלארגעשטעלט אז די גאנצע קהלה איז זיך מכניע אונטערן רב, און מען האפט צו קענען נהנה זיין פון אים בעצה בתושי' ובמעש להרמת קרן הקהלה והמוסדות. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מרדכי אייזנער שליט"א רב קהילת גור אין גאלדערס גרין, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע נחיצות הענין פון פארמאגן אן איש על העדה וועלכע זאל שטיין בראש און משים לב זיין פאר אלע צרכי הקהלה.


מיט א כבוד והערצה האט מען זיך צוגעהערט צום דרשה פונעם נייעם רב שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט זיין גרויס התרגשות צו קענען ערפילן רצונו של צדיק פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און שטיין בראש פון אזא הייליגע קהלה, און מסיים געווען מיט א תפילה אז עס זאל ארויסקומען די ריכטיגע תכלית הנרצה דערפון.


צום לעצט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם פסח קאמיונקא שליט"א, וועלכע האט מיט קורצע ווערטער אנגעוואונטשן דעם רב שליט"א אז ער זאל מצליח זיין מיט די עבודת הקודש, און עס זאל ריכטיגע עושה רושם זיין אויף די ווייטערדיגע הצלחה פון די קהלה און מוסדות.דערויף איז דער גאנצער ציבור אריבער "שלום נעמען" פונעם רב שליט"א.


אינעם היינטיגן דאנערשטאג האט דער רב שליט"א געדאווענט תפלת שחרית אין שטיבל, נאכן דאוונען איז פארגעקומען צוויי ברית'ן, ווי דער רב שליט"א האט געדינט אלס סנדק.


שבת קודש וועט דער רב דאווענען די תפלות און איינגעטיילט אין די גורער שטיבלעך איבערן שטאט, שלש סעודות וועט דער רב שליט"א אפרעכטן אין די מתיבתא דחסידי גור. אין די נאכפאלגנדע טעג נאך שבת וועט דער רב שליט"א גיין באזוכן בין כותלי התלמוד תורה והישיבה, און דערנאך זיך צוריקקערן למעונו אין בית שמש.


ווי ערווענט, וועט דער רב שליט"א אנהאלטן א ווייטערדיגע קשר מיט די קהלה אין לאנדאן על כל צעד ושעל, און וועט קומען אויף כסדר'דיגע באזוכן אין שטאט א יעדע פאר וואכן זיך אומצוקוקן פון דער נאנט אויף די וואוקס פון דיקהילה און מוסדות.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page