הילולא דקדישא פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל געפראוועט דורך בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
- sfbechatzros
- לפני 39 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש
דעם זונטאג כ"ה חשוון איז אפגעצייכנט געווארן די 76'סטע הילולא פון הגה"ק רבי מרדכי מבולגרייא זצ"ל, אין אלע בעלזער צענטערן האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט בצל קדשו פון בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בקרתא דשופריא איז די הילולא קדישא פאראיבער מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה.
מוצאי שבת בליל ההילולא האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו מעריב און דערנאך אנגעצינדן די שעווה ליכט לכבוד די יארצייט. שפעטער כחצות הלילה איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור און סעודת הילולא אינעם גרויסן שטוב, און זיך געוואשן צום מלווה מלכה און סעודת הילולא. אנהייב פונעם טיש האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי בעלזא לעילוי נשמתו הטהורה, און דערנאך האט הרב אברהם שמואל צבי רוקח געמאכט א באזונדערע סיום אויף גאנץ ששה סדרי משנה.
מען האט געזונגען די זמירות מלווה מלכה, און געשטעלט וויין כנהוג. דער רב שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש און נאכגעזאגט א דבר תורה פונעם פאטער די בעל הילולא, נאכן בענטשן ברכת המזון על הכוס האט דער רב שליט"א מכבד געווען די אנוועזנדע אנשים חשובים און בנן של קדושים מיט די שבע ברכות לכבוד די חתנים ביים טיש.
צומארגנס זונטאג איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית און מנחה אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש, און דערנאך אפגעראכטן א לעקך און בראנפן לכבוד היום.
שפעטער אויפדערנאכט מוצאי יומא דהילולא איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן צום ציון אויפן בית החיים העתיק אין עיה"ק טבריה, מיט א באקוועמע ספרינטער צו פארגרינגערן די לאנגע נסיעה.
ביים אנקומען אין טבריה איז מען צוגעפארן צום דירה פון הר"ר איסר בריסק הי"ו מחשובי חסידי בעלזא און הר"ר הלל פרידמאן הי"ו, וואס איז איינגערשיט געווארן אלס אכסניא פארן רב שליט''א. נאך א קורצן אפרוה איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף בית החיים וואו עס איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלער בריק פונעם אריינגאנג צום בית החיים און ביז צום ציון, אויף א פארנעם מ'זאל קענען האבן לייכטע צוטריט.
דער רב שליט"א האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און קדיש מיט גרויס התעוררות, און הרה"ח ר' יעקב שיף האט געזאגט די ק-ל מלא רחמים פארן רב שליט"א ובנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי, דער רב שליט"א האט נישט געזאגט תורה וואו דער מנהג. דערנאך האט די רב מתפלל געווען א תפילה חרישית, לישועתן של ישראל, און איז דערנאך צוריק צום אכסניא נעבן דעם בית החיים וואו ער האט קובע געווען א מזוזה און אפגעראכטן א לעקיך און בראנפין, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא ר' איסר ובני משפחתו, פון דארט האט מען זיך צוריקגעקערט קיין קרית בעלזא אין ירושלים.














































