בכבוד'יגע אויפנאמע ומסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מסאטמאר במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
- sfbechatzros
- 19 בנוב׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג נאכמיטאג תיכף ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אין ירושלים עיה"ק, איז ער צוגעפארן למעונו הקודש פון ידידו וריעו מאז ומקדם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן בכבוד הראוי, אין א זעלטענע ערשיינוג האט זיך דער גאון שליט"א אנגעטון דעם הוט לכבודו פונעם חשובן גאסט. דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן גאון מיט א שטארקע התרגשות און דורש געווען בשלומו.
באלד ביים אנהייב האט זיך די שמועס תיכף באצויגן איבער די ברענעדיגע נושא אנבאלאנגט די גזירת הגיוס, ווי דער פוסק הדור שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיט ווייטאג איבער געוויסע, אפילו אזעלכע וואס זענען מלובש באיצטלא דרבנן, וועלכע געבן א גושפנקא מיטן מיטשטימען מיט די פשרות פונעם חק הגיוס וואס מיט דעם לייגט מען אריין כלל ישראל אין א סכנה, און דער סאטמארער רבי שליט"א האט צוגעלייגט, אז די פשרות זענען די גרעסטע בראך פאר כלל ישראל.
נאך לענגערע מינוטן האט זיך דער רבי מיטן גאון ווארעם געזעגנט איינער דעם צווייטן, און דער פוסק הדור שליט"א האט שלא כהרגלו ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צום טיר, ארויסווייזנדיג די גרעסטע מאס הערצה פארן סאטמארער רבי'ן שליט"א.




















תגובות