top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הגה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע אפגעראכטן מיט גרויס התעוררות אין פשעווארסקער הויף

  • sfbechatzros
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: משה קאהן, ישראל ק.,JDN

דעם ז"ך חשוון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי''ע וועלכער איז געווען מפורסם בגודל קדושתו, ואיש פלא ומופת בבית ישראל. די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט פאריגן שבת פ' חיי שרה בצל קדשו פון בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א במקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלוה מלכה און דערציילט עובדות און סיפורים לכבוד די בעפארשטייענדע הילולא.


אין די טעג ארום די הילולא האט דער שטאט אנטווערפען געווירבלט מיט הונדערטער געסט פון איבער די גאנצע וועלט, פון אייראפע, ארץ ישראל, און אמעריקע, צווישן זיי פילע רבנים, ודיינים, ומרביצי תורה וועלכע זענען געקומען פוקד זיין דעם ציון הק'. מאנטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צוריק קיין אנטווערפען, און אויפצומארגס דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז אפגעראכטן געווארן דער סעודת הילולא רבתי וואס ווערט יערליך קאמבענירט מיטן מגבית לטובת די פשעווארסקער כולל לשמו ולזכרו פונעם בעל ההילולא.


בעפאר די סעודת ההילולא איז פארגעקומען א פריוואטער מסיבה לנגידים בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן, מיוחד פאר אלע נגידים וועלכע האבן בייגעשטייערט פארן כולל דעם סכום פון 1800 דאללער. עס האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע דרשה דער לעגענדארע משמש בקודש פון אדמו''רי בית פשעווארסק הרב משולם זילבערמאן, און דערנאך האבן די נגידים געהאט די זכי' דורכצוגיין מיט קוויטלעך, וואו דער רבי  שליט"א האט פארטיילט א מתנה דעם ספר צמח השם לבי פאר די תומכי הכולל און דערביי נאכגעזאגט פונעם הייליגן ראפשיצער רב וואס האט זיך אויסגעדרוקט אז "א אינגערמאן איז מחויב זיך צו פארזעצן דעם ספאדיק, און זיך קויפן א צמח ה' לצבי".


אין די זעלבע צייט איז געוועהן צוגעגרייט די סעודת הילולא קדישא פאר כל הקהל הקודש אין די זאלן פון בית רחל, וואו עס האבן באשיינט אלע רבני ודייני העיר, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א. איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש האט אויפגעטרעטן מיט א בערליכע דרשה דער נואם הכבוד הגה''צ רבי שלמה רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב קרית יואל. קורצליך דערויף איז דער רבי ערשינען אינעם זאל און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן.


דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג. דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א אויפצוטרעטן מיט א דרשה, וואו ער האט ארומגערעט במשנתו פונעם גרויסן צדיק דער בעל ההילולא און בשבח פון די בארימטער פשעווארסקער כולל על שמו ולזכרו.


נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט ארומגערעט איבער די גדלות פון זיין גרויסן פאטער די בעל ההילולא בג' עמודי עולם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים.


דינסטאג פארמיטאג נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו קיין פיטטע האלאנד צום בית החיים דקהל מחזיקי הדת וואו עס ליגט באהאלטן דער גרויסער בעל הילולא. די רבי האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און דערנאך מכבד געווען הנגיד החסיד רבי אליש ענגלענדער הי"ו פון לאנדאן מקורב לצדיקי בית פשעווארסק, פארצוזאגן קאפיטל ק"ז שבתהילים פסוק שבפסוק. דער רבי שליט"א האט געליינט די קוויטלעך און מרבה געווען בתפילה, דערנאך צוגעגאנגען צום ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע און פון אמו הרבנית ע"ה, און אנגעוואונטשן מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס.


אויך אין אנדערע מקומות איבער דער וועלט איז די פשעווארסקער יארצייט אפגעהאלטן געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם, במיוחד אין די בתי מדרשים דחסידי פשעווארסק וואו מען איז זיך צוזאמגעקומען אויף סעודות הילולא אין שפיץ פון די חשובע אייניקלעך פונעם בעל ההילולא.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page