התרגשותדיגע באזוך פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א התרגשותדיגע באזוך איז נעכטן פארגעקומען במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א וויזיט דער חשובע גאסט פון אמעריקא הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל מיטצוהאלטן דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און דער שבת מרומם אין אתרא קדישא מירון.
דער דיין שליט"א איז אנגעקומען בעת דעם וועכענטליכן שיעור וואס דער פוסק הדור גיבט איבער יעדע וואך פאר די תלמידים, חברי כולל תשובות והנהגות, בנשיאותו. מיט א באזונדערער התרגשות האט ער מקבל פנים געווען דער פוסק הדור, און האט זיך אויסגעדרוקט, אז בלויז פארדעם אליין וואלט זיך געלוינט צו קומען קיין ארץ ישראל.
נאכן שיעור איז געווען א מחזה הוד ווי די צוויי גדולי התורה האבן אינאיינעם פארברענגט און מפלפל געווען בשעשועי דאורייתא. דערנאך האט דער גאון שליט"א מכבד געווען דער דיין שליט״א, איבערצוגעבן א לומדישע שיעור פאר די חברי הכולל, וואו ער האט יורד געווען לעומק של הילכתא און דאן מפלפל געווען מיט תלמידי חכמים וועלכע האבן פארגעלייגט זייערע שאלות אין די נושאים וואס מען איז עוסק אצינד אין כולל, בהלכות סוכה. דער דיין האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פארן פוסק הדור למען יאריך ימים על ממלכתו, מיט א שיבה טובה און בריות השלימות.
באותו מעמד זענען אויך געווען אנוועזנד די ברידער הגה"צ רבי מאיר צוויבל רב ביהמ"ד קדושת יו"ט סאטמאר וויליאמסבורג און הגה"צ רבי הערצקא צוויבל ראש כולל סאטמאר אין וויליאמסבורג וועלכער האבן משמיע געווען דברי ברכה לכבוד המאורע.



































