top of page
יושבי חשך וצלמות אין "אוטיסוויל תפיסה" שטארק מחוזק נאך התרגשות'דיגער באזוך פון ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די אוטעסוויל תפיסה אין ניו יארק, האבן דעם זונטאג געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים באזוך פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען. דער ראש הישיבה שליט"א האט אונטערגענומען דעם באזו


אויסגאבע טישל • פרשת וישב
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה קטנה דוויען געפייערט ביי מעמד "נחלת בחוריך" אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN א גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בחצר הקודש וויען, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה קטנה, וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן אין די לעצטע חדשים, און איז באנייעט געווארן אין א מזל'דיגע שעה צום יעצטיגן ווינטער זמן, ווען די תלמידי ישיבה קטנה זענען שוין עוסק בתורה אין דעם בנין עטליכע וואכן. די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכו


קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו בעפארשטייענדע 2026 וואלן
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן פארמיטאג איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קאנגרעסמאן "פעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן. דער קאנגרעסמאן איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. בין הדברים האט מען באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, וואו דער רבי שליט"א


פרייליכע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל ספינקא לעיקוואד לכבודו פון הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען די שבע ברכות בשמחת בית ספינקא, אין זאל פון רידזש טערעס אין לעיקוואד צוגעשטעלט דורך די ספינקא קהילה אין לעיקוואד, לכבודו פונעם מחותן די רב הקהילה הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א וואו די חברי הקהילה ומתפללי ביהמ"ד האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם רב שליט"א אויף א געהויבענעם שטייגער בשבת אחים גם יחד.


זכות אבות יגן עלינו: הילולא קדישא פון הייליגן מגיד ממעזריטש זי"ע - י"ט כסלו בצל האד' מסאדיגורא
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


שמחת נישואין אין הויפן פון טשערנאביל – קאסאן לעיקוואד – ראחמיסטריווקא מאנסי – קאסאני
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם וואך איז געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין שטאט מאנסי, די חתונה פון א אייניקל דביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יהוסף יחזקאל ראטטענבערג שליט"א ראש ישיבת עטרת צבי אין לעיקוואד, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א אב"ד אוסטילא מאנסי, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט


אלפי תושבי קרית יואל ביי גייסטרייכע מעמד "הנני בני" דינער השנתי לטובת מוסדות קרית יואל
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי תושבי קרית יואל זענען דעם מוצאי שבת ארויסגעקומען מאסן-ווייז צו שטיצן און מחזק זיין די מוסדות אין די שטאט מיט אירע אריבער 12,000 תלמידים ותלמידות בליעה"ר, ביים מעמד נשגב "הנני בני", וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע זאלן פונעם "בית רחל אוידיטויריום" אין שטאט. דער קרית יואל'ער דינער לטובת המוסדות, איז יאר-יערליך א זמן קהלה וואס ברענגט צונויף טויזנטער תושבים פון אלע עקן שטאט, מיטן איינעם ציל, מחזק צו זיין די הייליגע


הונדעטער חסידים ואנשי מעשה ווארעמען זיך ביים התוועדות רבתי לרגל י"ט כסלו בחצר הקודש בישטינא
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן מיטגעהאלטן דעם התוועדות רבתי און עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש בישטינא לרגל חג הגאולה י"ט כסלו, דער טאג וואס דער הייליגער בעל התניא זי"ע איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה מאפילה לאור גדול. כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א וועלכער איז מאז ומקדם אדוק ומקושר צו תורת חב"ד האט דאס יאר צום ערשטן מאל געפראוועט דעם יערליכן פארברענג לכבוד האי יומא


מרוגש'דיגע שבע ברכות לרגל שמחת בית סאטמאר אפגעראכטן בבית הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מיוחד פאר יתומים
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אוונט איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות לרגל די שמחה במעון הקודש פון כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א פאר אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ סאטמאר איבער גרעיטאר ניו יארק, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל''ע. די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אויף א פראכטפולער פארנעם אין שטוב פון הטספר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם "יעודד" ארגאניזאציע וועלכער טוט זיך אפגעבן מיט ד


הערליכער מעמד חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש והמפואר טשענסקאוויץ אין מאנטעבעלאו - מאנסי
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א שיינעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש פאקשעוויץ אין די מאניבעלאו געגענט אין מאנסי, בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל הלברשטאם שליט"א אבד"ק טשענסקאוויץ. די מעמד איז פארגעקומען ברון שיר ושבח אינעם היכל הביהמ"ד וועלכער איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. בראש המסובים די רבני ואדמור"י העיר מאנסי, האט באשיינט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א א מחותן מיטן טשענסקאוויצער רב שליט"א, די רבי האט אפגעראכטן א


גדולי המורים מסובין בה: פראדוקטיווע אסיפה פאר דיינים מומחים פון אלע שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN ווי ברייט באריכטעט איז פארלאפענעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן א גרויסן מעמד שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא ספעציעל געווידמעט פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו. בעפאר די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א גאר פראדוקטיווע אסיפה אין די געלבמאן זאל אין סקווערער שטעטל, ו


רבבות חסידים מיטגעלעבט היסטארישע חתונה פון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק ב'
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, י. שטיין בשעת די ריקודין ביים חתונה הגדולה איז די רבי שליט"א ארויס אויף א הפסקה, כנהוג, און צוריק ערשינען נאכ'ן טאנצן, ווען די מוזיק איז פארלאשן געווארן אום 11:00 שארף, ווי שוין אלע יארן איינגעפירט ביי די שמחות פון רבי'נס אייניקלעך. די עסקנים האבן געשיקט צוגעגרייט דעם זאל צום הויכפונקט פון די שמחה, דער מעמד המצוה טאנץ, וואס איז געווען א הייליגע אומפארגעסליכע איבערלעבעניש ביי די אלפי המשתתפים. מיט די שבע


ובכן צדיקים יראו וישמחו: מאסן חסידים מיטהאלטן שמחת החתונה אין טאהשער הויף
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט חדוה דקדושה איז דעם פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן אין קרית טאהש קאנאדע די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש טאהש, ווען הרה"צ רבי אברהם יהודה לאווי שליט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה, מיט די חתן א זון פון הרב יהושע ישכר בעריש לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק עדעלין קערעסטיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, וואו חסידי טאהש האבן זיך מיטגעפרייט ביי די גרו


הילולא קדישא פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע בחצר הקודש וואסלוי | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


רבבות חסידים מיטגעלעבט היסטארישע חתונה פון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק א'
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, י. שטיין אן אומבאשרייבליכע שמחה דקדושה וחדוה עילאה האט ארומגעהילט רבבות חסידי סאטמאר וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די היסטארישע הייליגע שעה'ן פון המשכת שלשלת הזהב, ודור רביעי ישובו הנה, ווען דער מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דערלעבט די לעכטיגע מאמענט פון די חתונה ביי א דור רביעי, וחסידים ברנה יגילו מיטלעבנדיג די שמחה מיט א זעלטענע געהויבנקייט און טאפנדע התרגשות וואס האט זיך געשפירט


האד' מלעלוב ניקלשבורג וויילט שבת בביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אפגעפלויגן קיין אונגארן וואו דער רבי האלט זיך אויף אין שטאט קערעסטיר אויף מנוחת הנפש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם צדיק מפורסם הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בביתו נאווה קודש אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר, מיט א באזונדערע רגש קודש האט דער רבי מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס אינעם נאסטאלגישן מלוה מלכה שטוב. זונ


הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מראחוב זצ"ל ביי בנו מ"מ האד' מראחוב | בילדער
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


כמידי שנה בשנה: ביקור קודש דורך האד' מסאדיגורא בקרב חסידיו אין שטאט לעיקוואד
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות הנפש האבן חסידי סאדיגורא און פילע תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורער הויף געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת שכולו רוחני בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין אמעריקא און האט כמידי שנה בשנה געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט, אין די סאדיגורער קלויז עטרת ישראל. דורכאויס די ערשטע צוויי טעג פונעם רבינס באזוך אין אמעריקא איז די רבי גע


מעמד הודאה לקראת כ"א כסלו אין ק"ק סאטמאר מאנסי געפייערט אינאיינעם מיט יערליכע דינער לטובת המוסדות
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם מוצאי שבת וישלח, איז אין קהילה קדושה סאטמאר מאנסי אפגעראכטן געווארן דער יערליכע סעודת הודאה און כינוס רבתי לקראת כ"א כסלו, וועלכע איז געפייערט געווארן בקול רנה והמון חוגג אין די עטרת חי' שרה זאלן אינעם בנין הת"ת סאטמאר מאנסי, אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ובהשתתפות פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם מערערע אדמור"י ורבני העיר שליט"א. דער מעמד הודאה לרגל די איין און אכציגסטע יום הצלה והשחרור פון הרה"


bottom of page

