top of page
הגאון רבי אברהם יהושע סאלווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק מיט שארפע מחאה אקעגן חק הגיוס אפשטימונג
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן פון הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק ביים ווענכטליכן "חומש רש"י שיעור" וואס קומט פאר א יעדע וואך מוצאי שבת קודש, וואו דער ראש הישיבה האט שארף אראפגעריסן די מפשרי פשרות וועלכע שטימען מיט מיטן חק הגיוס. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט מיט א גרויסע ווייטאג אקעגן די איינשטימונג פונעם חוק הגיוס, זאגענדיג, אז דורכצופירן אזעלכע סארט זאכן קען נישט געטון ווערן מי


שיינער חתונה פון החתן בן הגה"צ ר' הערשל האגער אבד"ק עטרת צבי - לאנדאן מיט הכלה טאכטער פון האד' מקאזניץ
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א שיינע שמחה איז פארגעקומען אין שטאט תל אביב ווען כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה מיטן חתן בנן של קדושים א זון פון הגה"צ רבי הערשל האגער אב"ד עטרת צבי אין גאלדערס גרין זון פון הגה"צ רבי גרשון האגער אב"ד בית ישכר דוב און איידעם פון הגה"ק בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל, די שמחה איז געפראוועט געווארן אין די גרויסער האנגער זאל אין שטאט מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים א


האד' מאלכסנדר בארא פארק צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין בני ברק | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק, וויילנדיג אויף א באזוך די טעג אויף א באזוך בקרב חסידיו אין ארץ ישראל, די רבי שליט"א האט געפראוועט די תפילות און טישן בבית מדרשו אויף די חזון איש גאס, וואו פילע חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן די שולחנות הטהורות דורכאויס שבת. מלוה מלכה האט די רבי אפגעראכטן אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה פון אלע יארגענג.


התרגשותדיגע שמחת פדיון הבן בחצרות תולדות אברהם יצחק- טשארנאביל- קאלוב
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ. א התרגשות'דיגע שמחה איז געפראוועט געווארן די וואך אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א האט געדינט אלס כהן הפודה ביים שמחת פדיון הבן פון אן אור אייניקל. דער רך הנולד איז אן אייניקל ביים רבינס איידעם הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א, בן הבכור ביי זיין יונגסטן איידעם הרב משולם זוסיא טווערסקי זוהן פון הרה"צ רבי יחיאל טווערסקי שליט"א און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א. די שמחה איז פארגע


יהדות ארה"ק אין פייערדיגן ברען נאך כינוס אדיר אסיפת הצלה בראשות הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דער קידוש שם שמים האט דעם מוצאי שבת קודש וישלח אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו ביים היסטארישן כינוס האדיר ''אסיפת הצלה'' אין בני ברק דורך א ציבור עצום פון רבבות אלפי ישראל וואס זענען געשטאנען צונויפגעזאמלט כאיש אחד בלב אחד זיך צו דערווארעמען און זיך צו דערהייבן נענטער צום אויבערשטן, און מקבל זיין פרישע גדרים וסייגים קעגן די שרעקליכע נסיונות הדור די פגעי הטעכנאלאגיע. דער אסיפת הצלה איז דאס געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית, אנגעהוי


וישישו בשמחה: פילע חסידים ומעריצים מיטגעלעבט פייערליכע שמחת החתונה בחצר תולדות משה
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי. ק פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש ביים חתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א בנישואי בתו למזל טוב, מיט החתן אן אייניקל פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק און א אייניקל פון הגה"צ אבד"ק ערלוי צפת זצ"ל, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין בני ברק. די שמחה איז געקומען צום קלימאקס בעת די ריקודין לכבוד שמחת חתן


שריפה אין בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע פאראורזאכט ערנסטע שאדן
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם דאנערשטאג נאכט אינעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע, פאראורזאכנדיג ערנסטע שאדן פאר די גאנצע געביידע. די פייער האט זיך אנגעהויבן אין די בוילער רום ווען א עלעקטעריק שטאנג האט אנגעהויבן ברענען, און פארשפרייט רויעך אינעם גאנצן ארום. ביז געציילטע מינוט האט זיך די פייער צושפרייט צום כולל וואס איז סטאנציאנירט אויפן זעלבן שטאק, די כולל אינגעלייט האבן אנפאנג פראבירט צו לעשן דעם בוילער רום, א


דבריהם הם זכרונם: ערשטער באנד פון ספר "ישועת יעקב" ערשיינט פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ואנשי מעשה האנדלן זיך די טעג איין דעם נייעם חיבור "ישועת יעקב" אמרות טהורות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וואס איז אין די טעג ערשינען לאור עולם, לשמחת לב יראי ה' וחושבי שמו. דער פרישער חיבור "ישועת יעקב" איז צוזאמגעשטעלט פון די מאמרים ואמרות קודש וואס מ'האט במשך השנים געהאט די זכי' צו הערן פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל בעל ישועת יעקב, וואס עס ליגט נאך אין די ביינער פון אלפי ישראל דעם טעם עליון וואס מ'האט געפירט ב


האד' מוויזניץ ירושלים וועט אנקומען קיין ארה"ק און פראווען די ימי החנוכה בקרב חסידיו
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך פ' וישב וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אנקומען צוגאסט קיין ארה"ק וואו די רבי וועט, ווי אין די פארגאנגענע יאהרן, פראווענען די ימי החנוכה בקרב עדת צאן מרעיתו. די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין ארה"ק דעם מאנטאג וישב און וועט פארוויילן אין ארץ ישראל גאנצע צוויי וואכן, אריינגערעכנט די הייליגע ימי החנוכה, ווען די רבי וועט מידי לילה בלילה אפרעכטן די מעמד הדלקת נרות חנוכה ברוב עם, אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אוי


הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האד' מגור וראש מכון פאר מקדושים באזוכט ביי האד' מפשעווארסק
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א איז אריין אל הקודש פנימה הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ראש מכון פאר מקדושים וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן קיין אנטווערפען, זייענדיג אונטערוועגנס קיין לאנדאן, זיך דורכצושמועסן מיט'ן רבי'ן איבער די הוצאה לאור פון פרישע ספרי החסידות וואס דער מכון גרייט זיך ארויסצוגעבן לאור עולם. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלום אביו כ"ק אדמו"ר מגור שלי


הילולא דצדיקאי: יארצייט פון הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע בצל נכדו האד' מאמשינוב
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך מיטוואך ויצא באישון ליל איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור וסעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע, אין אמשינובער ביהמ''ד אין בית וגן. דער רבי האט טועם געווען פון די לעקאך און בראנפן און זיך געוואשן צום סעודה, געזאגט תורה און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, פארן בענטשן איז די גאנצער ציבור דורך באקומען פירות, און דערנאך האט די רבי


להסיר מכשול: שערוריה אין לשכת ביד"ץ עדה החרדית איבער "געפרינטע מזוזות" פארקויפט פאר היימישע אידן
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די אנגייענדע שערוריה איבער די פסול'ע מזוזות וואס ווערן ליידער פארקויפט דורך שווינדלער מכשילי הרבים האט פון פריש אויפגעפלאמט דעם מיטוואך אינעם בית דין הגדול שבירושלים, העדה החרדית, ווען די שרי התורה חברי הביד"ץ זענען ערציטערט געווארן ביים זען מיט די אויגן א פעקל "געפרינטע מזוזות" וואס איז פארקויפט געווארן פאר א היימישן איד אין ירושלים. די מזוזות זענען געברענגט געווארן דורך א בחור וואס לערנט אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, אלס א


קורצע באזוך פון האד' מסקאליע אין לאנדאן לכבוד די חתונה בבית אחיו הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א מסקאליע
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך האבן תושבי לאנדאן הבירה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פונעם ברודער הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' ישעי' וואלף לעוו ז"ל ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, מיט דער כלה א טאכטער פון הרב ישראל סאפרין שליט"א פון לאנדאן, א זון פון הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין


גרויס התעוררות ביי השתטחות אויפ'ן ציוה"ק פונעם הייליגן בת עין אין צפת בראשות הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN דער הויכפונקט פונעם הילולא קדישא פון די הייליגן בת עין זי"ע במחיצתו פונעם משפיע מפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז געווען דעם מאנטאג נאכט בליל ההילולא קדישא אין עיה"ק צפת באתרא קדישא דמר מקום מנוחת קדשו אשר ישועות בו מקיפות. נאכן געהויבענעם התוועדות רבתי במעמד אלפי ישראל וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת בעפאר די הילולא איז די משפיע שליט"א ארויסגעפארן צום הייליגן שטאט צפת.


האד' מקארלסבורג געפראוועט שב"ק בבית מדרשו של אביו הרה"ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל אין בני ברק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך שבת פ' ויצא איז כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק און האט געפראוועט דעם גאנצן סידורו שבת במקום שהתפללו אבותיו, בבית מדרשו של אביו כ"ק אדמו"ר הרה''ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל בעל דעת כהן, אין ספינקא ביהמ"ד אויף רחוב רבי יהושע אין בני ברק. די רבי שליט"א איז געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל הי"ו מיט אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט


קני המנורה: דיינים פון אלע סקווערער שטיבלעך געלאדענט צו מסיבת שבע ברכות במעון הקודש פון האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN פארלאפענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן אן ערהאבענע שמחת שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא אינאיינעם מיטן מעמד קני המנורה ספעציעל געווידמעט אלס היסטארישע צוזאמקום פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו. די שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב בביתו נאו


קְדֹשׁ הֵיכָלֶךָ: שמחת הברית מילה פון נכד האדמור"ים ממונקאטש און וויען
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, דער רך הנולד איז א א זון פון הרה"ג ר' יהושע כ"ץ שליט"א ראש הכולל וויען בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א. דינסטאג אוונט איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט אין שטוב פונעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, וואו דער עלטער זיידע האדמו"ר ממונקאטש האט באשיינט דער


ענדגילטיגער פסק דורך ביד"ץ בני ברק איבער סכסוך פון בעלי דירות אין מירון מיט מארגנים פון סאטמארער "שבת תולדות"
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישער פסק דין איז נארוואס ארויסגעגעבן געווארן אנבאלאנגט די סכסוך צווישן הייזער אייגנטומער אין אתרא קדישא מירון, מיט די מארגנים פונעם גרויסן "שבת תולדות" אין מירון בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער הלכה'דיגער דיון איז שוין עטליכע וואכן דאס געשפרעך אין די תורה'דיגע און הלכה'דיגע וועלט, שאפנדיג א פלפולא דאורייתא און שיחתן של תלמידי חכמים אין די היכלי הכוללים ובבתי הוראה וועלכע זענען דן איבער די אינטערעסאנטע שאלה, ווא


ויעקב הלך לדרכו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר הונדערטער מלוים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחות עולמים הגה''צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן באשמורת הבוקר אין עלטער פון 77 יאר, צום טיפן צער פון די בני משפחה און צום גרויסן ווייטאג פון אידן אומעטום און די עדה הקדושה תלמידי וחסידי ערלוי. קורצליך נאך די פטירה איז דער מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד ערלוי אויף די התעוררות תשובה גאס אין ביתר, וואו פילע תלמידים האבן ארומגענומען דע


מאסן-צוזאמקום פון סאטמארער חסידים ביים דינער השנתי לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די זאלן פון "עטרת חי'" אין בארא פארק איז דעם מוצאי שבת געווען דער אכסניא של תורה פון מאסן סאטמארער חסידים תושבי העיר, וואס האבן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד צום כינוס השנתי, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות "מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר" ביים יערליכן דינער לטובת המוסדות וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א שטארקע הצלחה און סייעתא דשמייא. דער אויבן אן איז באשיינט געווארן מיט דאס השתתפות פון הרבנים הגאונים וצדיקים, רבני הע


bottom of page

