top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויעקב הלך לדרכו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר

  • Bechatzros admin
  • לפני 18 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

הונדערטער מלוים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחות עולמים הגה''צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן באשמורת הבוקר אין עלטער פון 77 יאר, צום טיפן צער פון די בני משפחה און צום גרויסן ווייטאג פון אידן אומעטום און די עדה הקדושה תלמידי וחסידי ערלוי.


קורצליך נאך די פטירה איז דער מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד ערלוי אויף די התעוררות תשובה גאס אין ביתר, וואו פילע תלמידים האבן ארומגענומען דעם מיטה און געזאגט תהילים מיט גרויס התעוררות. צום באשטימטער צייט פון די לוויה איז שוין דער גאנצער היכל געווארן איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה פון תלמידים וחסידים און מאסן אנהענגער וואס האבן געשעצט דעם רב'ס גרויסן כוח התורה און כוח ההשפעה און זענען יעצט געקומען באוויינען די גרויסע אבידה, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן אחיו הגדול פונעם נפטר, כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א ואחיו הרבנים, און פילאצליגע אדמור"י ורבני העיר.


נאך פרקי תהילים האט די רבי שליט"א צום ערשט מספיד געווען בקול בוכים, און ארומגערעט איבער די געוואלדיגע מידת האמת וואס האט באגלייט דעם נפטר כל ימי חייו, און דערנאך מכתיר געווען זיין עלטסטער זון הרה"ג ר' מרדכי יהודה סופר שליט"א למלאות מקומו אלס רב הקהילה אין די גבעה A געגענט ווייטער אנצופירן דאס ביהמ"ד בדרך אבותיו הקדושים.


דאן האבן מספיד געוועהן די ברידער הגאונים הצדיקים ראש ישיבת ערלוי, אבד"ק ערלוי בני ברק, און אבד"ק ערלוי אלעד, דערנאך האבן מספיד געווען די רבני העיר, דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, הגאון רבי יעקב עזרא תופיק די ספרדישע רב פון שטאט, און הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ דומ"ץ צאנז ביתר. דערנאך האבן מספיד געווען די חשובע קינדער בנו ממלא מקומו הגאון רבי מרדכי יהודה סופר שליט"א אבד"ק ערלוי ביתר, בנו הרה"ג ר' משה סופר שליט"א, און חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר מאונגוואר מודיעין עילית שליט"א. צום לעצט האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל צבי ראב הי"ו די געטרייע גבאי פונעם רב זצ"ל די לעצטע צוואנציג יאר.


 די חשובע מספידים האבן פה אחד באוויינט די גרויסע אבידה און ארויסגעברענגט זיין כח התורה, זיין צדקות און פשטות, די יסורים וואס ער האט מקבל געווען באהבה, און די געוואלדיגע חביבות וואס ער האט גענאסן ביי זיין גרויסן טאטן, באזונדער האבן די מספידים מדגיש געווען די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וועלכע האט איהם שטענדיג מכבד געווען אין אלע זמנים, בפרט אין די לעצטע תקופה האט די רבי נישט מסיח דעת געווען פונעם ברודער.


נאך די הספדים האבן די קינדער געריסן קריעה און געזאגט קדיש, און מען האט ארויסגעפירט דער מיטה פון ביהמ''ד, ווי הונדערטער אידן האבן באגלייט די מיטה ברחובות ביתר, צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מנדבורנא ביתר, באסטאן ביתר, נדבורנא באניא און ווערדאן ירושלים.


פון ביתר איז די מיטה געפירט געווארן צום קריה נאמנה קטמון, פארנט פון ביהמ"ד הגדול ערלוי, וואו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א האט געזאגט קדיש, דערנאך איז די מיטה דורכגעגאנגען פארנט פון ביתו נאווה קודש פון אביו כ''ק האדמו''ר מערלוי זצ''ל אויף די משמר העם גאס.


קורץ בעפאר די שקיעה איז דער רב ז''ל געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות סמוך ונראה צום ציון הק' פון זיין גרויסן טאטן דער ערלויער רב זצ''ל. נאכן סתימת הגולל האט די רבי שליט"א געזאגט קדיש, און עס האבן מספיד געווען די חשובע איידעמער הרה"ג ר' דוד ראבינאוויטש שליט"א, הרה"ג ר' שאול געלבמאן שליט"א, און צום לעצט דער מגיד מישרים הרה"ג ר' משה וויינבאך שליט"א פון ביתר. דאן איז די רבי שליט"א ואחיו הרבנים שליט"א דורך צווישן די שורות, ווי די הונדערטער חסידים האבן מנחם אבל געווען כנהוג. 


פון דארט איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן אינאיינעם מיט אחיו הרבנים קיין ביתר ווי מען איז געזעצן שבעה היינט דורכן טאג אין שטוב פונעם נפטר די רב זצ"ל.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page