קורצע באזוך פון האד' מסקאליע אין לאנדאן לכבוד די חתונה בבית אחיו הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א מסקאליע
- Bechatzros admin
- לפני 27 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענע וואך האבן תושבי לאנדאן הבירה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פונעם ברודער הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' ישעי' וואלף לעוו ז"ל ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, מיט דער כלה א טאכטער פון הרב ישראל סאפרין שליט"א פון לאנדאן, א זון פון הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אדמו"ר מקאמארנא פון ב"פ, און איידעם ביי הגאון ר' יעקב מאיר ראזענבוים שליט"א ראש ישיבת גור אין לאנדאן.
די שבת אויפרוף איז געפראוועט געווארן פארלאפענעם שבת קודש פרשת חיי שרה אין סקאליע בית המדרש אין בארא פארק, און זונטאג דערויף האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין וועג קיין לאנדאן.
די רבי האט געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' שמעיה לעוו שליט"א דומ"ץ וראש הכולל סאטמאר לאנדאן און האט געדאווענט די תפילות בבית מדרשו טיב לבב וואס דער דיין האט צוגעשטעלט פארן רבי'ן און די מקורבים. פילע אידן האבן נהנה געווען עצה ותושיע אין לויף פון די דריי טעג וואס די רבי איז געווען צוגאסט אין שטאט.
די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן דינסטאג ויצא אין די פראכטפולע מערידיען גרענד זאל אויסער די היימישע געגענט, וואו די רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא ביים מעמד החופה.שפעטער האט די רבי באשיינט בראש המסובים ביי די חתונה און זיך געוואשן צום סעודה, די רבי האט מיטגעהאלטן די ריקודין און דערנאך געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד מיט אחיו הרה"צ ר' דוב בעריש שליט"א. אויפצומארגנס פון די חתונה האט זיך די רבי שליט"א אומגעקערט לביתו נאווה קודש אין בארא פארק.







