גרויס התעוררות ביי השתטחות אויפ'ן ציוה"ק פונעם הייליגן בת עין אין צפת בראשות הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 31 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN
דער הויכפונקט פונעם הילולא קדישא פון די הייליגן בת עין זי"ע במחיצתו פונעם משפיע מפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז געווען דעם מאנטאג נאכט בליל ההילולא קדישא אין עיה"ק צפת באתרא קדישא דמר מקום מנוחת קדשו אשר ישועות בו מקיפות.
נאכן געהויבענעם התוועדות רבתי במעמד אלפי ישראל וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת בעפאר די הילולא איז די משפיע שליט"א ארויסגעפארן צום הייליגן שטאט צפת. מאנטאג אינדערפרי האט ער געדאוונט שחרית אין אתרא קדישא מירון און דערנאך איז געווען ספעציעלע זמני כניסה אין די אכסניא אין צפת פאר די געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען צופארן צום יארצייט.
אויפדערנאכט האבן זיך פארזאמלט די הונדערטער חברי חבורת באר האמונה ותושבי עיה"ק צפת צום סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול והחדש אמשינוב צום סעודת הילולא קדישא. לויטן הוראה פונעם משפיע איז נישט געווען ערלויבט פאר בחורים מיטצוהאלטן די סעודה און עלייה לציון.
עס איז סערווירט געווארן א סעודה כיד המלך לכבודו של אותו צדיק, און דערנאך איז דער משפיע ערשינען צום התוועדות רבתי און כדרכו בקודש אויפגעפלאמט די הערצער בין גברא לגברא צווישן די ניגוני התעוררות און שמחה, מיט פייערדיגע דיבורים איבער די גרויסקייט פונעם שעת רחמים ורצון, באגלייט מיט שטארקע דברי חיזוק צו שטיין קעגן די נסיונות הזמן, און די כח התפילה צו פויעלן ישועות.
באלד דערויף איז מען אינאיינעם ארויסגעפארן צום בית החיים וואו מען האט כחצות ליל אנגעפאנגען דער ריזיגער מעמד תפילת רבים אויפ'ן ציון הקדוש, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אידן וואס האבן שווארץ געמאכט דעם בארג ארום די הייליגע מערה אשר בו חלקת מחוקק ספון, די משפיע איז געשטאנען אויפן הויכן פלאטפארמע העכער די מערה און אנגעפירט די מעמד התפילה מיט א געוואלדיגן התעוררות.
צום ערשט האט דער משפיע שליט"א משמיע געווען פייערדיגע דיבורים באגלייט מיט אויסגעווייקטע ניגוני דביקות, און שטארק געווען רחמי שמים איבער די ישועות וואס אידן אומעטום זענען אנגעוואנדן ברוחניות ובגשמיות, ארויסברענגענדיג די הייליגע מאמענטן, שטייענדיג באתריה דמר, סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים.
דערנאך האט דער משפיע יורד געווען לפני התיבה אלס שליח ציבור צו ספר רביעי שבתהילים און נאך באשטימטע מזמורים מיט גרויס התעוררות, איידער די יהי רצון האט דער משפיע דערמאנט עטליכע נעמען פון חולי ישראל וואס זענען מצפה לישועה. די קול זעקה וואס הרה"צ רבי אלימלך שליט"א האט אויסגעשריגן ביים יהי רצון און שלוש עשרה מידות האט ווי געשפאלטן הימלען, טייכן טרערן זענען פארגאסן געווארן פון די מאסן עולים לציון ווען דער משפיע האט בקול בוכים פארגעזאגט סליחות, אבינו מלכינו און קבלת עול מלכות שמים בקול חוצב, רייסנדיג הימלען למען ישועתן של ישראל.
נאך קדיש האט דער משפיע מעורר געווען דעם ציבור אויסצונוצן די הייליגע מאמענטן בחצות ליל און שופך שיח זיין במקום הקדוש אויסצובעטן יעדער כל מאן דבעי וכל משאלות לבו לטובה ולברכה, ער האט באטאנט אז עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אינעווייניג אין די מערה וואס איז בגדר סכנת נפשות, זאגנדיג אז די בת עין איז חופף מלמעלה און הערט אלע בקשות צו זיין א ריכטיגע מליץ יושר בשמי מעל, און דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א געזאנג 'האטס געפועילט אלעס גוטס' פארנדיג אהיים האפענטליך מיט זעק פון ישועות און השפעות.





























