top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האד' מגור וראש מכון פאר מקדושים באזוכט ביי האד' מפשעווארסק

  • Bechatzros admin
  • לפני 9 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א איז אריין אל הקודש פנימה הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ראש מכון פאר מקדושים וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן קיין אנטווערפען, זייענדיג אונטערוועגנס קיין לאנדאן, זיך דורכצושמועסן מיט'ן רבי'ן איבער די הוצאה לאור פון פרישע ספרי החסידות וואס דער מכון גרייט זיך ארויסצוגעבן לאור עולם.


די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלום אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און דערנאך מעיין געווען אין די נייע מהדורה פון ספר הקדוש ישמח ישראל וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורכן מכון, און ארומגערעט איבערן גרויסקייט פונעם הייליגן ספר וואס איז געווען נערץ ונקדש ביי די צדיקים הקודמים, און איז געווען פארעכענט אלס איינער פון די ספרי היסוד בתורת החסידות.


דערנאך האט הרב ישראל מנחם פארגעלייט פארשידענע שאלות און ספיקות אמבאלאנג די חסידישע ספרים וואס מען גרייט זיך ארויסצוגעבן לאור עולם אויף וואס די רבי האט געענפערט בטוב טעם. ביים ענדע האט די רבי אנגעוואונטשן הרב ישראל מנחם און זיינע באגלייטער די חברי המכון, אינצווישן זיי דער שריפטשטעלער און מחבר ספרים הרב טוביה פריינד הי"ו.

bottom of page