top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשותדיגע שמחת פדיון הבן בחצרות תולדות אברהם יצחק- טשארנאביל- קאלוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שימי פ.

א התרגשות'דיגע שמחה איז געפראוועט געווארן די וואך אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א האט געדינט אלס כהן הפודה ביים שמחת פדיון הבן פון אן אור אייניקל. דער רך הנולד איז אן אייניקל ביים רבינס איידעם הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א, בן הבכור ביי זיין יונגסטן איידעם הרב משולם זוסיא טווערסקי זוהן פון הרה"צ רבי יחיאל טווערסקי שליט"א און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א.


די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו עס האבן זיך צונויפגעפרעסט א גרויסן ציבור חסידים וועלכער האבן נישט געוואלט פארפאסן די געהויבענער שמחה וואס לאו בכל יומא איתרחש. די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה אינאיינעם מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א און במשך די סעודה האבן די רבי'ס פארברענגט אינאיינעם בנועם שיח, און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער זיידע הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א.


בשעתן פדיון איז געווען קענטיג א געוואלדיגן התרגשות אויפן רבי'ן, זייענדיג מקיים די זעלטענע מצוה ביי די אייגענע צאצאים נאך א היבשע פאר יאר וואס זענען איז נישט אויסגעקומען א פדיון הבן אינעם משפחת המלוכה. דער רבי שליט''א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס כנהוג און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן אבי הבן, די מחותנים און זיידעס.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page