top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקארלסבורג געפראוועט שב"ק בבית מדרשו של אביו הרה"ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל אין בני ברק

  • Bechatzros admin
  • לפני שתי דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

די וואך שבת פ' ויצא איז כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק און האט געפראוועט דעם גאנצן סידורו שבת במקום שהתפללו אבותיו, בבית מדרשו של אביו כ"ק אדמו"ר הרה''ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל בעל דעת כהן, אין ספינקא ביהמ"ד אויף רחוב רבי יהושע אין בני ברק.


די רבי שליט"א איז געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל הי"ו מיט אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און האט אויפן איינלאדענונג פונעם פלומעניק כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א געפראוועט שבת בבית מדרשו של אביו, וואס איז דורכאויס דעם גאנצן שבת באלאגערט געווארן דורך מאסן חסידים ואנשי מעשה. צו דעם געלערגנהייט איז ספעציעל געקומען צופארן אויף שבת דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א פון אשדוד וואס איז אן איידעם פונעם ספינקא רבי'ן זצ"ל, וואו די שוואגערס האדמור"ים האבן אינאיינעם פארברענגט דורכאויס דעם גאנצן שבת מיט א זעלטענע אהבה ואחוה.


ערב שבת האט די רבי שליט"א אנגעהויבן הודו, און פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג אביו, מיט קבלת און מעריב האט די רבי מכבד געווען די שוואגער די מעליצער רבי וואס האט פארגעדאוונט אויפן נוסח המקובל לבית ספינקא - זידיטשוב כמנהג המקום. נאכן דאווענען האט כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע און רירנדע דיבורים וואו די רבי האט ערוועקט טיפע געגועים צום גרויסן שווער, און געגעבן א שבח והודאה אז די משפחה האלט זיך צוזאם און מען קומט זיך צונויף אויף אזא שבת מיוחדת אין שפיץ פונעם געהויבענעם שוואגער דער קארלסבורגער רבי שליט"א.


צום טיש האבן געשטראמט פילע אידן פון בני ברק, דארונטער פילע תלמידים פונעם קארלסבורגער רבי'ן שליט"א, יוצאי ישיבת חכמי לובלין וואו דער רבי שליט"א האט פאר לאנגע יארן געדינט אלס מגיד שיעור און משגיח רוחני, ובראשם האט זיך אנגעזעהן הגה"צ רבי מרדכי געלבער אבד"ק מונקאטש בני ברק, איידעם פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי. לידו פונעם רבי'ן איז געזעצן דער מרא דאתרא האדמו"ר מספינקא בני ברק וועלכע האט אוועקגעגעבן אלע כיבודים פארן חשובן אורח, און האדמור"ים מספינקא סאסרעגן, סערעדנא און נאך פילע בנן של קדושים קרובי המשפחה.


ביים דאווענען שבת אינדערפרי איז געווען א מחזה הוד וואו צענדליגער כהנים ממשפחת כהנא המעטירה האבן געדוכנט. נאך'ן דאווענען איז געפראוועט געווארן די שמחת הקידושא רבה לרגל הולדת נכדתו ביים רבינס אייניקל אייניקל הרה"ג ר' נחמן כהנא שליט"א, זון פון זיין זון הגה"צ רבי יעקב ישראל ישורון כהנא שליט"א און איידעם ביי הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א, רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה אין קרית יואל, חתדב"נ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


סעודת רעווא דרעווין האט דער רבי שליט"א ווייטער געפראוועט מיט גרויס התעוררות וואו ער האט א לענגערע צייט מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ולתיקון המעשים. נאך מעריב מוצאי שבת האט די רבי געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד און זיך באדאנקט פארן פאלמעניק האדמו"ר מספינקא בני ברק פארן ווארימער אויפנאמע.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page