top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קְדֹשׁ הֵיכָלֶךָ: שמחת הברית מילה פון נכד האדמור"ים ממונקאטש און וויען

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, דער רך הנולד איז א א זון פון הרה"ג ר' יהושע כ"ץ שליט"א ראש הכולל וויען בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א.


דינסטאג אוונט איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט אין שטוב פונעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, וואו דער עלטער זיידע האדמו"ר ממונקאטש האט באשיינט דער שמחה און זיך געוואשן צו דער סעודת מצוה. די רבי האט געזאגט תורה און דער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים. מיט ברכת הזמון האט מען מכבד געווען דער בעל ברית, און נאכן בענטשן האט מען אריינגעברענגט דעם רך הנימול צו לייענען קריאת שמע לשמירה כנהוג.


אויפצומארגנס מיטוואך איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה אין ביהמ"ד דקהל עדת יראים וויען אין בארא פארק, במעמד קהל רב מתפללי ביהמ"ד און קרובי המשפחה. מיט קוואטער איז מכובד געווארן די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. מיט סנדקאות די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, און ברכות וקריאת השם די זיידע האדמו"ר ממונקאטש, דער בעל ברית איז געווען מוהל און מיט די איבעריגע כיבודים האט מען מכבד געווען די קרובי המשפחה.


די סעודת מצוה נאכן ברית איז באשיינט געווארן דורך א גרויסן עולם מתפללי ביהמ"ד און די חברי הכולל וואו דער בעל שמחה דינט אלס ראה"כ. עס האט דערביי אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יהושע כ"ץ שליט"א און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון די זיידעס האדמור"ים ממונקאטש און וויען. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page